YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת טו

טו
1דענצמאָל טוט זינגען משה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דאָס דאָזיקע געזאַנג צו ג-ט, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
איך װעל זינגען צו ה׳,
װאָרום ער איז הױך דערהײכט;
דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער
האָט ער געשלײַדערט אין ים.
2מײַן שטאַרקײט און לױב-געזאַנג איז ה׳,
און ער איז מיר געװען ישועה.#15‏.2 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד װאָס האָט צעשפּאַלטן דעם ים פֿון טױט און געברענגט צום ליכט דאָס לעבן און די אומפארדארבלעכקײט.
דאָס איז מײַן ג-ט,
און איך װעל אים באַשײנען;
ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער,
און איך װעל אים דערהײבן.
3ה׳ איז אַ קריגסמאַן,
ה׳ איז זײַן נאָמען.
4פַּרעהס רײַטװעגן און זײַן חיל
האָט ער געװאָרפֿן אין ים,
און די בעסטע פֿון זײַנע עלטסטע
זײַנען אין ים-סוףֿ דערטרונקען.
5די תּהומען טוען זײ צודעקן,
זײ האָבן װי אַ שטײן אין די טיפֿענישן גענידערט.
6דײַן רעכטע האַנט, ה׳,
דו פּראַכטיקער אין שטאַרקײט,
דײַן רעכטע האַנט, ה׳,
טוט צעברעכן דעם פֿײַנט.
7און מיט דײַן גרױס מאַכטיקײט
צעשטערסטו דײַנע קעגנשטײער;
שיקסט אַרױס דײַן גרימצאָרן,
פֿאַרצערט ער זײ װי שטרױ.
8און פֿון דעם הױך פֿון דײַנע נאָזלעכער
האָבן זיך די װאַסערן צונױפֿגעזאַמלען;
אַזױ װי אַ סטױג
זײַנען די סטױג געשטאַנען;
די תּהומען האָבן געגליװערט
אין האַרצן פֿון ים.
9דער פֿײַנט האָט געזאָגט:
איך װעל יאָגן, איך װעל כאַפּן,
איך װעל אױסטײלן רױב,
מײַן זעל װעט זיך אָנפֿילן מיט זײ;
איך װעל ציען מײַן שװערד,
אױסראָטן װעט זײ מײַן האַנט.
10האָסטו מיט דײַן אָטעם אַ בלאָז געטאָן,
האָט דער ים זײ צוגעדעקט;
זײ זײַנען אײַנגעזונקען װי בלײַ
אין די מאַכטיקע װאַסערן.
11װער איז װי דו, ה׳,
צװישן די מאַכטיקע?
װער איז װי דו,
פּראַכטיק אין הײליקײט,#15‏.11 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד.
פֿאָרכטיק אין לױבונגען,
טוער פֿון װוּנדער?
12האָסט אױסגעשטרעקט דײַן רעכטע האַנט,
האָט די ערד זײ אײַנגעשלונגען.
13האָסט געפֿירט מיט דײַן חֶסֶד
דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט;
באַלײט מיט דײַן שטאַרקײט
צו דײַן הײליקער װױנונג.
14פֿעלקער האָבן געהערט, האָבן זײ געציטערט,
אַן אַנגסט האָט באַנומען די װױנער פֿון פּלֶשֶת.
15דערשראָקן האָבן זיך דענצמאָל די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם,
די לידער פֿון מוֹאָבֿ, זײ האָט אַ שױדער באַנומען,
צעגאַנגען געװאָרן זײַנען אַלע װױנער פֿון כּנַעַן;
16אַן אימה און אַ פַּחד איז געפֿאַלן אױף זײ.
דורך דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם#יְשַעְיָה 53‏.1
זײַנען זײ שטיל װי אַ שטײן געװאָרן,
בעת דײַן פֿאָלק איז אַריבער, ה׳,
בעת אַריבער איז דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט.
17װעסט זײ ברענגען און זײ פֿלאַנצן
אױף דעם באַרג פֿון דײַן אַרב,
דעם אָרט װאָס דו האָסט געמאַכט
פֿאַר דיר, ה׳, צו װױנען,
דעם מִקְדָּשׁ, אֲדֹנָי,
װאָס דײַנע הענט האָבן אױפֿגעשטעלט.
18ה׳ װעט קיניגן
אױף אײביק און שטענדיק.
19װאָרום פַּרעהס פֿערד מיט זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער זײַנען אַרײַן אין ים, און ה׳ האָט אומגעקערט אױף זײ די װאַסערן פֿון ים, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש.
20און מִריָם די נבֿיאה, אַהרנס שװעסטער, האָט גענומען די פּױק אין איר האַנט, און אַלע װײַבער זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך איר מיט פּױקן און מיט טענץ. 21און מִריָם האָט געזונגען פֿאַר זײ:
זינגט צו ה׳,
װאָרום ער איז הױך דערהײכט;
דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער
האָט ער געשלײַדערט אין ים.
22און משה האָט געמאַכט ציען די יִשׂרָאֵל פֿון ים-סוףֿ, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר שור; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג אין דער מדבר, און האָבן נישט געפֿונען קײן װאַסער. 23און זײ זײַנען געקומען קײן מָרָה; אָבער זײ האָבן נישט געקענט טרינקען דאָס װאַסער פֿון מָרָה, װײַל עס איז געװען ביטער. דערום האָט מען גערופֿן איר נאָמען מָרָה. 24און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טרינקען? 25האָט ער געשריען צו ה׳, און ה׳ האָט אים אָנגעװיזן אַ בױם, און ער האָט אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין װאַסער, און דאָס װאַסער איז געװאָרן זיס. דאָרטן האָט ער זײ געמאַכט חוקים און געזעצן, און דאָרטן האָט ער זײ געפּרוּװט. 26און ער האָט געזאָגט: אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן, און װעסט האָרכן צו זײַנע געבאָט, און היטן אַלע זײַנע חוקים, װעל איך אַל די קראַנקשאַפֿט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף מִצרַיִם, נישט אַרױפֿטאָן אױף דיר; װאָרום איך בין ג-ט ּװאַס הײלט {רפא}.#יְשַעְיָה 53‏.5
27און זײ זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און דאָרטן זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער, און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט בײַם װאַסער.

Currently Selected:

שְמוֹת טו: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in