רוימער בריוו 7
7
קאפיטל זיבן
1אדער צי ווייסט איר נישט, ברידער—ווארום איך רעד צו די, וואס קענען די תורה—אז די תורה הערשט איבער דעם מענטשן כל זמן ער לעבט? 2ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן. 3דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן. 4אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳. 5ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט. 6איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.
7וואס וועלן מיר דעריבער זאגן? אז די געזעץ איז זינד? חס ושלום! נאר ווען נישט דורך דער געזעץ, וואלט איך נישט געוואוסט פון דער זינד; ווייל, וואלט די געזעץ נישט געזאגט: דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יז.), וואלט איך פון גלוסטיקייט תאווה נישט געוואוסט; 8און די זינד, געפינענדיק א סיבה דורך דעם געבאט, האט אויפגעוועקט אין מיר יעדע תאווה; ווארום אָן א געזעץ איז די זינד טויט. 9און אמאל האב איך געלעבט אָן א געזעץ; איז געקומען דאס געבאט, האט די זינד אויפגעלעבט, און איך בין געשטארבן; 10און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט; 11ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט. 12אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
13צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז. 14ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד. 15ווארום איך ווייס נישט וואס, איך טו; ווייל איך טו נישט דאס, וואס איך וויל, נאר וואס איך האס, דאס טו איך. 16און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט. 17און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר. 18ווארום איך ווייס, אז אין מיר, דאס הייסט אין מיין פלייש, וואוינט נישט קיין שום גוטס; ווייל ביי מיר איז פאראן דער רצון, אבער דאס ווירקן דאס גוטע—נישט. 19ווארום דאס גוטע, וואס איך וויל, טו איך נישט; נאר דאס שלעכטע, וואס איך וויל נישט, דאס טו איך יא. 20אבער אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, ווירק איך עס נישט מער, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
21אזוי ארום געפין איך דאס געזעץ, ווען איך וויל טאן דאס גוטע, אז דאס שלעכטע איז ביי מיר. 22ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳; 23איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים. 24אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט? 25געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד.
Currently Selected:
רוימער בריוו 7: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: