רוימער בריוו 6
6
קאפיטל זעקס
1וואס זשע זאלן מיר זאגן? זאלן מיר בלייבן אין דער זינד, כדי דער חסד זאל זיך פארמערן? 2חס ושלום! וויאזוי וועלן מיר, וואס זענען געשטארבן צו דער זינד, נאך לעבן אין איר? 3אדער ווייסט איר נישט, אז מיר אלע, וואס זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח יהושע/ישוע, זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צו זיין טויט? 4מיר זענען דעריבער נקבר געווארן מיט אים דורך דער מקווה צום טויט, כדי, ווי משיח איז אויפגעוועקט געווארן פון די טויטע דורך דעם כבוד פונם פאטער, אזוי זאלן אויך מיר גיין באנייטע אין לעבן. 5ווארום אויב מיר זענען צוזאמען געפלאנצט געווארן אין דער ענלעכקייט פון זיין טויט, וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פון זיין תחית המתים, 6וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד; 7ווארום דער ניפטר איז גערעכטפערטיקט פון דער זינד.
8אבער אויב מיר זענען געשטארבן מיט משיחן, גלויבן מיר, אז מיר וועלן אויך לעבן מיט אים; 9וויסנדיק, אז משיח, זייענדיק אויפגעשטאנען פון די טויטע, שטארבט מער נישט; דער טויט האט נישט מער קיין שליטה איבער אים. 10ווארום שטארבנדיק, איז ער געשטארבן צו דער זינד איינמאל פאר אלעמאל, אבער לעבנדיק, לעבט ער צו ה׳. 11אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
12זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות; 13אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳. 14ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.
15דעריבער וואס? זאלן מיר זינדיקן, ווייל מיר זענען נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ נאר אונטער דעם חסד? חס ושלום! 16צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות? 17אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן; 18און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות. 19איך רעד מענטשלעך צוליב דער שוואכקייט פון אייער פלייש; ווארום ווי איר האט איבערגעגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו טומאה און הפקר ביז הפקר, אזוי אויך איצט זאלט איר איבערגעבן אייערע אברים ווי קנעכט צו צדקות ביז קדושה. 20ווארום ווען איר זענט געווען קנעכט פון זינד זענט איר געווען פריי פון צדקות.
21וואס פאר א פרוכט האט איר דען דעמאלט געהאט? זאכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט; ווייל דער סוף זייערער איז דער טויט. 22אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן. 23ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
Currently Selected:
רוימער בריוו 6: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: