YouVersion Logo
Search Icon

רוימער בריוו 8

8
קאפיטל אכט
1אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. 2ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט. 3ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש; 4כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.
5ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן. 6ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום; 7ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט; 8און די, וואס זענען אינם פלייש, קענען נישט געפעלן ה׳. 9אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים. 10אויב אבער משיח איז יא אין אייך, איז דער גוף טויט דורך זינד, אבער דער גייסט איז לעבן דורך צדקות. 11און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.
12צוליב דעם, ברידער, זענען מיר בעלי חוב, נישט צום פלייש, צו לעבן לויטן פלייש; 13ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן. 14ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער. 15ווייל איר האט נישט באקומען דעם גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער. 16אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער. 17און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.
18ווארום איך האלט, אז די עינויים פון דער איצטיקער צייט זענען נישט ווערט פארגלייכט צו ווערן מיט דעם כבוד, וואס וועט אנטפלעקט ווערן צו אונדז. 19ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער. 20ווארום די באשאפונג איז אונטערטעניק געווארן צו הבל הבלים, נישט פרייוויליק, נאר דורך אים, וואס האט זי אונטערטעניק געמאכט, מיט א האפענונג. 21אז אויך די באשאפונג אליין וועט באפרייט ווערן פון דער פארקנעכטונג פון פארדארבונג, צו דער פרייהייט פון דעם כבוד פון ה׳ס קינדער. 22ווארום מיר ווייסן, אז די גאנצע באשאפונג זיפצט און האט געבורטסווייען ביז איצט. 23און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף. 24ווארום מיר זענען געראטעוועט געווארן אין דער האפענונג; א האפענונג אבער, וואס מען זעט, איז נישט קיין האפענונג; ווייל ווער האפט עס אויף דעם, וואס ער זעט? 25אבער אויב מיר האפן אויף דעם, וואס מיר זען נישט, ווארטן מיר דערויף מיט סבלנות.
26און אויף אזא אופן קומט אונדז אויך דער גייסט צו הילף אין אונדזער שוואכקייט; ווייל מיר ווייסן נישט וויאזוי תפילה צו טאן ווי עס געהער צו זיין, נאר דער גייסט אליין, איז א מליץ יושר פאר אונדז מיט אומאויסדריקבארע זיפצן; 27און דער, וואס פארשט די הערצער, ווייסט דאס טראכטן פונם גייסט, ווייל ער איז זיך משתדל פאר די קדושים לויט ה׳ס רצון. 28און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל. 29ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער; 30און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.
31וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז? 32ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי? 33ווער וועט פארקלאגן ה׳ס אויסדערוויילטע? ה׳ איז דער גערעכטפערטיקער; 34ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז. 35ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד? 36ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) 37אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט. 38ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, 39נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in