YouVersion Logo
Search Icon

פיליפער 1

1
1פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים: 2חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
3איך דאנק מיין ג‑ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך, 4אלעמאל אין אלע מיינע תפילות פאר אייך אלעמען—תפילה טוענדיק מיט פרייד— 5צוליב אייער חברותאשאפט אין דער בשורה טובה פון דעם ערשטן טאג אָן ביז איצט; 6זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע; 7ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה. 8ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע. 9און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטענדיקייט, 10כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח, 11אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
12און איך וויל אייך מודיע זיין, ברידער, אז דאס, וואס איז מיר געשען, איז גאר נאך מער אויסגעפאלן צום פארטשריט פון דער בשורה טובה, 13אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער); 14און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט. 15אייניקע טאקע צוליב קנאה און מחלוקת, און אנדערע פון גוטן ווילן דרשענען דעם משיח; 16די דאזיקע טאן עס פון ליבע, וויסנדיק, אז איך בין באשטימט געווארן צום פארטיידיקן די בשורה טובה; 17אבער יענע מיט אומריינע מאטיוון מאכן באקאנט דעם משיח, נישט אויף ריכטיקערהייט, צילנדיק צוצולייגן א צרה צו מיינע קייטן. 18דעריבער וואס? נאר על כל פנים, צי אלס אן אויסרייד אדער באמת, משיח ווערט אויסגערופן: און אין דעם דאזיקן פריי איך מיך, און וועל מיך נאך פרייען. 19ווארום איך ווייס, אז דאס דאזיקע וועט אויספאלן צו מיין ישועה, דורך אייער מתפלל זיין און דורך דער הילף פון יהושע/ישוע המשיחס גייסט, 20לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט. 21ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס. 22נאר אויב צו לעבן אין דעם פלייש, איז דאס דאזיקע פאר מיר פרוכט פון ארבעט; און איך ווייס נישט וואס אויסצודערוויילן. 23און פון ביידע זייטן בין איך אין א פארלעגנהייט, האבנדיק דעם פארלאנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט משיחן, ווייל עס איז פיל בעסער; 24צו בלייבן אבער אינם פלייש איז פיל נויטיקער פאר אייערטוועגן. 25און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן; 26כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל.
27נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה, 28און אין גארנישט אנגעשראקן פון די קעגנער: וועלכעס איז צו זיי א באווייז פון פארלוירן ווערן, צו אייך אבער פון רעטונג, און דאס דאזיקע איז פון ה׳; 29ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים; 30האבנדיק דעם זעלביקן ראנגלעניש, וועלכן איר האט געזען אין מיר, און איצט הערט איר איז אין מיר.

Currently Selected:

פיליפער 1: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in