YouVersion Logo
Search Icon

עפעזער 6

6
קאפיטל זעקס
1קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק. 2האלט ערלעך דיין פאטער און מוטער, דאס איז דאס ערשטע געבאט מיט א הבטחה; 3כדי עס זאל דיר גיין וואויל, און דו זאלסט לעבן לאנג אויף דער ערד. (דברים ה, טז.) 4און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.
5איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח; 6דינענדיק נישט בלויז פארן אויג, ווי איר וואלט געוואלט מענטשן געפעלן, נאר ווי משיחס קנעכט, וואס טאן ה׳ס רצון פונם הארצן; 7דינט מיט גוטן ווילן, ווי דעם האר און נישט פאר מענטשן; 8וויסנדיק, אז וואס פאר א גוטס יעדער איינער וועט נישט טאן, וועט ער דאס זעלביקע באקומען פונם האר, סאי קנעכט סאי פרייער מענטש. 9און איר הארן, טוט די זעלביקע זאכן לגבי זיי, אויפהערנדיק צו דראען, ווייל איר ווייסט, אז זייער האר און אייערער איז אין הימל, און פאר אים גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.
10צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה. 11טוט אָן די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט קענען ביישטיין די כיטרעקייטן פון דעם שׂטן. 12ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער. 13צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין. 14דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות, 15און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום; 16און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן). 17און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט; 18מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים, 19און פאר מיר, אז עס זאל מיר געגעבן ווערן א ווארט ביים אויפמאכן מיין מויל, כדי מיט דרייסטקייט מגלה צו זיין דעם סוד פון דער גוטער בשורה, 20פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.
21און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן. 22אים האב איך געשיקט צו אייך טאקע צוליב דעם דאזיקן, כדי איר זאלט זיך דערוויסן ווי עס דערגייט אונדז, און אז ער זאל טרייסטן אייערע הערצער.
23שלום צו די ברידער, און ליבע מיט אמונה פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח. 24זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.

Currently Selected:

עפעזער 6: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in