בריוו צו די יידן 6
6
קאפיטל זעקס
1דערפאר, איבערלאזנדיק דעם אנהויב פון משיחס ווארט, לאמיר זיך דערנענטערן צו שלימות, נישט לייגנדיק נאכאמאל דעם יסוד פון תשובה פון טויטע מעשים און פון אמונה אין ה׳, 2פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט. 3און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳. 4ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש, 5און האבן טועם געווען דאס גוטע ווארט פון ה׳, און די כוחות פון דער קומענדיקער וועלט, 6און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא. 7ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרייטעכצער, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳; 8אבער אויב זי גיט ארויס דערנער און שטעכלקעס, איז זי פארשטויסן און נאענט צו א קללה; איר סוף איז פארברענט צו ווערן.
9מיר אבער זענען זיכער, געליבטע, וועגן בעסערס ביי אייך און וואס איז באגלייטן צו ישועה, הגם מיר רעדן אזוי; 10ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך. 11נאר מיר באגערן, אז יעדער איינער פון אייך זאל ארויסווייזן די זעלביקע אייפריקייט צו דער דערפילונג פון דער האפענונג ביז צום סוף; 12כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.
13ווארום ווען ה׳ האט געמאכט די הבטחה צו אברהמען, אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין גרעסערן, ביי וועמען צו שווערן, האט ער געשוואוירן ביי זיך אליין, 14און געזאגט:
בענטשנדיק, וועל איך דיך בענטשן
און פארמערנדיק, וועל איך דיך פארמערן.
(בראשית כב, יז.)
15און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה. 16ווארום מענטשן שווערן ביי א גרעסערן, און די שבועה, ווי א באשטעטיקונג, איז ביי זיי דער סוף אין יעדן סכסוך. 17און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה, 18כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן 19וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת; 20וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)
Currently Selected:
בריוו צו די יידן 6: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.