בריוו צו די יידן 5
5
קאפיטל פינף
1ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד; 2קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט; 3און צוליב דעם מוז ער, פונקט ווי פאר דעם פאלק, אזוי אויך פאר זיך אליין מקריב זיין פאר זינד. 4און קיינער נעמט נישט פאר זיך דעם דאזיקן כבוד, נאר דער, וואס איז בארופן פון ה׳, פונקט ווי אויך עס איז אויך געווען דער פאל מיט אהרנען. 5אזוי האט דער משיח זיך אויך אליין נישט פארהערלעכט, צו ווערן א כהן גדול, נאר ער, וואס האט צו אים געזאגט:
דו ביסט מיין זון,
איך האב דיך היינט געבוירן;
(תהלים ב, ז.)
6ווי ער זאגט אויך אויף אן אנדער שטעלע:
דו ביסט א כהן אויף אייביק
לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
(תהלים קי, ד.)
7וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט. 8און הגם ער איז געווען א זון, האט ער דאך געלערנט געהארכזאמקייט דורך די זאכן, וועלכע ער האט געליטן; 9און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים; 10ווערנדיק אנגערופן פון ה׳ כהן גדול לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
11וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן. 12ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים. 13ווארום יעדער, וואס דערנערט זיך פון מילך איז אומדערפארן וואס שייך דעם ווארט פון צדקות; ווארום ער איז א זויגנדיק קינד. 14שטארקע מאכלים אבער זענען פאר דערוואקסענע, וועלכע האבן דורך געברויך אויסגעאיבטע חושים, אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס.
Currently Selected:
בריוו צו די יידן 5: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.