בריוו צו די יידן 12
12
קאפיטל צוועלף
1דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז, 2און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד. 3ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן. 4איר האט נאך אלץ נישט זיך אנטקעגנגעשטעלט ביז בלוט, ראנגלענדיק מיט דער זינד; 5און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין:
מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג‑ט),
פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;
6ווארום וועמען דער האר (ג‑ט) האט ליב, דעם מוסרט ער,
און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן.
(משלי ג, יא-יב.)
7אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט? 8אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין. 9מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן? 10ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה. 11יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.
12דערפאר זאלט איר אויפהייבן די הענט, וואס הענגען אראפ און די קניען, וואס זענען שוואך געווארן; 13און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן. 14יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר; 15און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן; 16אז עס זאל נישט זיין קיין נואף אדער חלל, ווי עשיו, וואס האט פאר אן איין איינציקע שפייז אוועקגעגעבן זיין בכורה. 17ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן.
18ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם, 19און דעם קול פון א שופר און א קול פון ווערטער, וואס די צוהערער האבן געבעטן, אז קיין ווארט זאל מער צו זיי נישט גערעדט ווערן, 20ווארום זיי האבן נישט געקענט דערטראגן דאס, וואס איז געבאטן געווארן; (ציטירן ניטציטירן) אפילו אויב א בהמה וועט אנרירן דעם בארג, זאל מען זי שטייניקן; 21און, די דערשיינונג איז געווען אזוי שרעקלעך, אז משה האט געזאגט; איך בין פול מיט מורא און ציטער; 22נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים, 23צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים, 24און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט). 25היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל, 26וועמעס קול האט אמאל געמאכט ציטערן די ערד; און איצט האט ער מבטיח געווען, זאגנדיק:
נאכאמאל וועל איך מאכן ציטערן נישט בלויז די ערד,
נאר אויך דעם הימל.
(חגי ב, ו.)
27און דאס ווארט נאכאמאל (ציטירן ניטציטירן) מאכט קלאר די פארענדערונג פון זאכן, וואס ציטערן אלס זאכן געשאפענע, כדי די, וואס ציטערן נישט, זאלן בלייבן. 28דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד; 29ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.
Currently Selected:
בריוו צו די יידן 12: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.