דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז, און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.