ב טימאטעוס בריוו 1
1
1פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע, 2צו טימאטעוסן, מיין געליבטן זון: חסד, רחמים און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
3איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג. 4איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה, 5ווען איך דערמאן מיך אין דיין אויפריכטיקער אמונה, וואס האט קודם כל געוואוינט אין דיין באבע לואיס און אין דיין מוטער עווניקע, און האב מיך איבערצייגט, אז אויך אין דיר. 6צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט. 7ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין. 8דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳, 9וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן, 10און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה, 11פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה. 12צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג. 13האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. 14היט אפ דעם גוטן פקדון דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אונדז.
15דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס. 16זאל דער האר שענקען רחמים צו דעם הויזגעזינד פון אנעסיפארוס; ווייל א סך מאל האט ער מיך דערקוויקט, און זיך נישט געשעמט מיט מיינע קייטן, 17נאר קומענדיק קיין רוים, האט ער מיך פלייסיק אויפגעזוכט און געפונען— 18זאל אים דער האר (יהושע/ישוע) געבן, אז ער זאל געפינען רחמים ביים האר (ג‑ט) אין יענעם טאג—און וויפל ער האט מיר געדינט אין עפעזוס, ווייסטו גאנץ גוט.
Currently Selected:
ב טימאטעוס בריוו 1: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.