א טימאטעוס בריוו 6
6
קאפיטל זעקס
1אלע, וואס זענען קנעכט אונטערן יאך, זאלן באטראכטן זייערע הארן ווי ראוי פון יעדן כבוד, כדי ה׳ס נאמען און די לערנונג זאלן נישט געלעסטערט ווערן. 2און די, וועלכע האבן הארן מאמינים, זאלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען ברידער, נאר זאלן זיי נאך מער דינען, ווייל זיי זענען מאמינים און געליבטע, וועלכע האבן א חלק אין דער מתנה (פון ה׳). דאס זאלסטו לערנען און מזהיר זיין.
3אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים, 4איז ער אויפגעבלאזן, ווייסט גארנישט, נאר קרענקט אויף שאלות און מחלוקת איבער ווערטער, פון וועלכע עס קומען ארויס קנאה, מחלוקת, לעסטערונגען, בייזע חשדים, 5וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין. 6יראת שמים אבער מיט צופרידנקייט איז א גרויס געווינס; 7ווארום מיר האבן גארנישט אריינגעברענגט אין דער וועלט, און קענען גארנישט ארויסטראגן; 8האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע. 9אבער די, וואס ווילן רייך ווערן, פאלן אריין אין א נסיון און אין א נעץ און אין פיל אומזיניקע און שעדלעכע פארלאנגען, וועלכע דערטרענקען די מענטשן אין אונטערגאנג און פארדארבונג. 10ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.
11דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה. 12אזוי געראנגלן זיך דעם גוטן געראנגל פון דער אמונה, כאפ אָן דאס אייביקע לעבן, צו וועלכן דו ביסט גערופן געווארן און האסט באקענט די גוטע באקענונג פאר א סך עדות. 13איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג, 14אז דו זאלסט אפהיטן דאס געבאט אָן א פלעק און אָן א פעלער, ביז צום נתגלה ווערן פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, 15וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים, 16וואס נאר ער אליין האט אומשטארבלעכקייט, און וואוינט אין א ליכט, צו וועלכן מען קען נישט דערגרייכן, וועמען קיין מענטש האט נישט געזען און קען נישט זען; כבוד צו אים און די אייביקע מאכט, אמן.
17די עשירים אין דער איצטיקער וועלט זאלסטו באפעלן, אז זיי זאלן זיך נישט דערהייבן, און אז זיי זאלן נישט זעצן זייער בטחון אויף אומזיכערע עשירות, נאר אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער גיט אונדז אלץ די והותר צום געניסן; 18אז זיי זאלן טאן גוטס, רייך ווערן אין מעשים טובים, זיין גוטע געבער, גרייט צו העלפן; 19אנזאמלענדיק זיך אן אוצר ווי א גוטן יסוד אויף לעתיד לבוא, כדי זיי זאלן דערלאנגען דאס אמתע לעבן.
20אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן); 21צו וועלכער אייניקע האבן זיך דערקלערט און האבן פארבלאנדזשעט פון דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך.
Currently Selected:
א טימאטעוס בריוו 6: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.