YouVersion Logo
Search Icon

ב קארינטער בריוו 7

7
קאפיטל זיבן
1דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳. 2גיט אונדז אן ארט אין אייערע הערצער; מיר האבן קיינעם נישט געטאן קיין עוולה, קיינעם נישט געטאן קיין שאדן, קיינעם נישט אפגענארט. 3איך זאג עס נישט, כדי (אייך) צו פארמשפטן; ווארום איך האב שוין פריער געזאגט, אז איר זענט אין אונדזערע הערצער, כדי צוזאמען (מיט אייך) צו שטארבן און צוזאמען צו לעבן. 4גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.
5ווארום אפילו ווען מיר זענען געקומען קיין מאצעדאניען, האבן מיר נישט געהאט קיין מנוחה פאר אונדזער לייב, נאר זענען געקוועלט געווארן פון אלע זייטן; פונדרויסן געראנגלטן, אינעווייניק מורא. 6נאר ה׳, וועלכער טרייסט די שפלדיקע, האט אונדז געטרייסט מיט טיטוסנס אנקומען; 7און נישט בלויז מיט זיין אנקומען, נאר אויך מיט דער נחמה, מיט וועלכער ער איז געטרייסט געווארן ביי אייך. און ער האט אונדז דערציילט פון אייער בענקשאפט, פון אייער עצבות, פון אייער אייפער פאר מיר, אזוי, אז איך האב מיך נאך מער געפריידט. 8ווייל אפילו אויב איך האב אייך באטריבט מיט דעם בריוו, טו איך נישט קיין חרטה האבן דערויף, הגם איך האב עס יא באדויערט; ווייל איך זע, אז יענער בריוו האט אייך באטריבט נאר לפי שעה. 9איצט פריי איך מיך, נישט ווייל איר זענט געווען טרויעריק, נאר ווייל איר זענט געווען טרויעריק צו תשובה; ווארום איר זענט טרויעריק געווארן לויט ה׳, כדי איר זאלט נישט ליידן שאדן דורך אונדז אין קיין שום זאך. 10ווארום די עצבות לויט ה׳ איז גורם תשובה צו ישועה, נישט צום באדויערן; די עצבות אבער פון דער וועלט איז גורם דעם טויט. 11ווארום זע, דאס ערנסטקייט לויט ה׳, וואס פאר א פלייס עס האט אויסגעווירקט אין אייך, צו דערצו התנצלות, צארן, יראה, באגער, אייפער, באשטראפונג! אין אלעם האט איר זיך ארויסגעוויזן ריין אין דער זאך. 12דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳. 13דערפאר האבן מיר זיך געטרייסט; און אין אונדזער טרייסט האבן מיר זיך נאך פיל, פיל מער געפריידט איבער טיטוסנס שמחה, ווייל זיין גייסט איז פון אייך אלעמען דערקוויקט געווארן. 14ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן. 15און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן. 16איך פריי מיך, אז איך קען מיך אין אלעם פארלאזן אויף אייך.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in