ב קארינטער בריוו 6
6
קאפיטל זעקס
1און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט! 2ווארום ער זאגט:
אין אן עת רצון האב איך דיך דערהערט,
און אין א טאג פון ישועה האב איך דיר געהאלפן;
(ישעיהו מט, ח.)
זע, איצט איז די באוויליקטע צייט; אָט איצט איז דער טאג פון ישועה; 3נישט געבנדיק קיינעם קיין מיכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד; 4נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים, 5אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים, 6אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע, 7אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס, 8דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע; 9ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע; 10ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.
11אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן. 12אייך איז נישט ענג אין אונדז, איר אבער זענט באגרענעצט אין אייערע אייגענע עמאציעס. 13(גיט אונדז) אבער די זעלביקע פארגעלטונג—ווי צו קינדער רעד איך—ווערט אליין אויך ברייטהארציק.
14ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש? 15און וואס פאר אן איינקלאנג גיבט עס צווישן משיח און בליעל? אדער וואס פאר א חלק האט דער מאמין מיט דעם אומגלויביקן? 16און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט:
איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי;
און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
(ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.)
17דעריבער:
גייט ארויס פון זייער מיט,
און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט),
און רירט נישט אָן קיין טמא זאך;
(ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.)
און איך וועל אייך אויפנעמען,
18און וועל זיין צו אייך א פאטער,
און איר וועט זיין צו מיר זין און טעכטער,
זאגט דער האר (ג‑ט), דער אלמעכטיקער.
(ירמיהו לא, ח; לב, לח.)
Currently Selected:
ב קארינטער בריוו 6: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.