א קארינטער בריוו 8
8
קאפיטל אכט
1און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף. 2אויב איינער רעדט זיך איין, אז ער קען עפעס, ווייסט ער נאך נישט, וויאזוי ער דארף קענען; 3ווער אבער עס האט ליב ה׳, דער איז פון אים דערקענט. 4דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם. 5און ווען אפילו עס געפינען זיך אזוי גערופענע ג‑טער, צי אין הימל, צי אויף דער ערד, ווי עס זענען טאקע פאראן א סך ג‑טער און א סך הארן, 6דאך פאר אונדז—נאר איין ג‑ט, דער פאטער, פון וועמען אלץ איז, און מיר פאר אים; און איין האר, יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען אלץ איז, און מיר דורך אים. 7די (דאזיקע) דערקענטעניש איז אבער נישט אין אלעמען; נאר אייניקע, אין דער געוואוינהייט ביז איצט צום אפג‑ט, עסן עס ווי א קרבן צו אפג-טער; און ווייל זייער געוויסן איז שוואך, ווערט עס באפלעקט. 8שפייז אבער ברענגט אונדז נישט נענטער צו ה׳; נישט מיר פארלירן, ווען מיר עסן נישט, נישט מיר געווינען, ווען מיר עסן יא. 9זעט אבער אז די דאזיקע פרייהייט אייערע זאל נישט ווערן קיין מיכשול פאר די שוואכע. 10ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער? 11און דורך דיין דערקענטעניש ווערט דער שוואכער פארלוירן, דער ברודער, פאר וועמען דער משיח איז געשטארבן. 12און זינדיקנדיק אזוי קעגן די ברידער, און פארוואונדנדיק זייער שוואך געוויסן, זינדיקט איר קעגן דעם משיח. 13דערפאר, אויב א מאכל פארפירט מיין ברודער צום שטרויכלען, וועל איך אויף אייביק בשום אופן מער נישט עסן קיין פלייש, כדי איך זאל נישט פארפירן מיין ברודער צום שטרויכלען.
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 8: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.