א קארינטער בריוו 7
7
קאפיטל זיבן
1און וואס שייך דעם, וואס איר האט געשריבן; עס איז גוט פאר א מענטשן נישט אנצורירן א פרוי (ציטירן ניטציטירן). 2נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן. 3זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן. 4די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי. 5שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט. 6און דאס דאזיקע זאג איך בדרך רשות, נישט ווי א געבאט. 7איך וואלט געוואלט, אז אלע מענטשן זאלן זיין ווי איך בין אליין. נאר יעדער איינער האט זיין אייגענע מתנה פון ה׳, דער אזוי, און דער אזוי.
8און צו די נישט חתונה געהאטע און צו די אלמנות זאג איך: עס איז גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי, ווי איך בין. 9נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה). 10און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן; 11נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב. 12צו די איבריקע אבער זאג איך, נישט דער האר, אויב א ברודער האט אן אומגלויביק ווייב, און זי איז מסכים צו וואוינען מיט אים, זאל ער זי נישט פארלאזן. 13און אויב א פרוי האט אן אומגלויביקן מאן, און ער שטימט איין מיט איר צו וואוינען, זאל זי נישט פארלאזן דעם מאן. 14ווארום דער אומגלויביקער מאן ווערט געהייליקט דורך דער פרוי, און די אומגלויביקע פרוי ווערט געהייליקט דורך דעם ברודער; ווייל ווען נישט, וואלטן אייערע קינדער געווען טמאים, זיי זענען איצט אבער הייליק. 15אויב אבער דער אומגלויביקער וויל זיך שיידן, זאל ער זיך שיידן: אין אזעלכע פאלן איז דער ברודער אדער די שוועסטער נישט קנעכטיש געבונדן; דען ה׳ האט אייך גערופן (צו לעבן) בשלום. 16ווארום וואס ווייסטו, פרוי, אפשר וועסטו ראטעווען דעם מאן? אדער וואס ווייסטו, מאן, אפשר וועסטו ראטעווען דיין ווייב? 17נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות. 18איז דער בארופענער א געמלטער? זאל ער נישט ווערן אומגעמלט, איז עמיצער בארופן געווארן אלס אן ערל? זאל ער זיך נישט מל זיין. 19די מילה איז גארנישט, און די ערלה איז גארנישט; נאר דאס אפהיטן די מצוות פון ה׳. 20זאל יעדער איינער בלייבן אין דער דאזיקער בארופונג, אין וועלכער ער איז בארופן געווארן. 21ביסטו בארופן געווארן אלס א קנעכט? מאך דיר נישט קיין דאגות דעריבער; נאר אויב דו קענסט באפרייט ווערן, נוץ עס ליבער אויס. 22ווארום ווער עס איז בארופן געווארן אינם האר אלס א קנעכט, דער איז דעם הארס א באפרייטער (מענטש); פונקט אזוי איז דער, וועלכער איז בארופן געווארן אלס א פרייער (מענטש), א קנעכט פונם משיח. 23איר זענט טייער געקויפט געווארן; ווערט זשע נישט קיין קנעכט פון מענטשן. 24ברידער, זאל יעדער איינער פארבלייבן אין דעם שטאנד, אין וועלכן ער איז בארופן געווארן פאר ה׳.
25און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי. 26איך האלט דעריבער דאס דאזיקע פאר גוט צוליב דער איצטיקער שווערער צייט, אז עס איז גוט פאר א מענטשן אזוי צו בלייבן: 27ביסטו געבונדן צו א פרוי? זוך נישט פריי צו ווערן. ביסטו פריי געווארן פון א פרוי? זוך נישט קיין ווייב. 28און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן. 29איך זאג אבער דאס דאזיקע, ברידער: די צייט איז קורץ, כדי פון איצט אָן זאלן די, וועלכע האבן פרויען, זיין, ווי זיי וואלטן נישט געהאט; 30און די וויינענדיקע, ווי זיי וואלטן נישט געוויינט; און די, וועלכע זענען זיך משמח, ווי זיי וואלטן זיך נישט משמח געווען; און די, וועלכע קויפן איין, ווי זיי וואלטן גארנישט פארמאגט; 31און די, וועלכע געברויכן די וועלט, ווי זיי וואלטן זי נישט געברויכט; ווארום דאס געשטאלט פון דער דאזיקער וועלט פארגייט. 32און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר; 33דער חתונה געהאטער קימערט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן זיין ווייב; 34און ער איז צעטיילט. און די נישט פארהייראטע פרוי און די בתולה זארגט זיך פאר די זאכן פונם האר, כדי זי זאל זיין הייליק סאי אינם קערפער סאי אינם גייסט; די חתונה געהאטע (פרוי) אבער זארגט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי זי זאל וואוילגעפעלן דעם מאן. 35און איך זאג דאס דאזיקע פאר אייער אייגענעם נוצן; נישט כדי צו ווארפן א נעץ אויף אייך, נאר ווי עס איז בכבודיק, און איר זאלט קענען דינען דעם האר אומגעשטערט. 36אויב אבער עמיצער מיינט, אז ער טוט אָן זיין בתולה א חרפה, אויב זי זאל פארבייגיין אירע רייפע יארן, און עס איז אזוי ארום א חוב, זאל ער טאן, וואס ער וויל; ער באגייט נישט קיין זינד; זיי מעגן חתונה האבן. 37ווער אבער עס שטייט פעסט אין זיין הארצן, ווייל ער איז נישט געצוואונגען, און האט מאכט איבער זיין אייגענעם ווילן, און האט דאס דאזיקע באשלאסן אין זיין אייגענעם הארצן אפצוהיטן זיין בתולה, טוט ער וואויל. 38אזוי ארום אויך דער, וועלכער מאכט חתונה זיין בתולה, טוט וואויל; און דער, וועלכער מאכט זי נישט חתונה, וועט טאן בעסער. 39א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר. 40וויילער אבער איז איר, לויט מיין מיינונג, ווען זי בלייבט אזוי; און מיר שיינט אויס, אז אויך איך האב דעם גייסט פון ה׳.
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 7: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.