רוימער בריוו 3

3
קאפיטל דריי
1דעריבער, וואס פאר א מעלה האט דער ייד, אדער וואס איז דער נוצן פון דער מילה? 2א סך אויף יעדן פאל—קודם כל טאקע ווייל צו זיי (די יידן) איז אנפארטרויט געווארן דאס וואס ה׳ האט גערעדט. 3און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳? 4חס ושלום! זאל זיך ה׳ ארויסווייזן אלס ווארהאפטיק און יעדער מענטש א ליגנער, ווי עס שטייט געשריבן: כדי דו זאלסט זיין גערעכט אין דיינע רייד און זיגן ווען דו ווערסט געמשפט. (תהלים נא, ה.) 5אויב אבער אונדזער רשעות ווייזט אויף די צדקות פון ה׳, וואס וועלן מיר זאגן? אז ה׳ איז אומגערעכט, ברענגענדיק צארן? איך רעד ווי א מענטש. 6חס ושלום! ווייל אויב אזוי, ווי וואלט ה׳ געקענט משפטן די וועלט? 7אויב אבער דורך מיין שקר האט זיך דער אמת פון ה׳ געשטארקט צו זיין כבוד, פארוואס זאל איך נאך געמשפט ווערן ווי א חוטא? 8און פארוואס זאלן מיר נישט טאקע—ווי די, וואס באליידיקן אונדז באהויפטן, אז מיר זאגן—טאן דאס שלעכטע, כדי דאס גוטע זאל קומען? זייער משפט איז גערעכט.
9דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד; 10אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט; 11עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳; 12אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.) 13זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.); 14וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.); 15זייערע פיס איילן צו פארגיסן בלוט; 16צעשטערונג און ליידן זענען אויף זייערע וועגן; 17און דעם וועג פון שלום האבן זיי נישט דערקענט (ישעיהו נט, ז-ח.); 18די מורא פאר ה׳ איז נישט פאר זייערע אויגן. (תהלים לו, ב.)
19מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳; 20צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד. 21איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט: 22די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק; 23ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; 24און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע; 25וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד 26כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.
27וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה. 28ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה. 29צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם; 30ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה. 31צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.

ที่ได้เลือกล่าสุด:

רוימער בריוו 3: OYBC

เน้นข้อความ

คัดลอก

เปรียบเทียบ

แบ่งปัน

None

ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้

วิดีโอสำหรับ רוימער בריוו 3