ב יוחנן בריוו 1
1
1דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת; 2צוליב דעם אמת, וואס בלייבט אין אונדז, און וועט זיין מיט אונדז ביז אויף אייביק; 3חסד, רחמים, שלום, זאל זיין מיט אונדז, פון ג‑ט דעם פאטער, און פון יהושע/ישוע המשיחן דעם זון פון דעם פאטער, אין ווארהאפטיקייט און אין ליבע.
4איך האב מיך זייער געפריידט, אז איך האב געפונען (אייניקע) פון דיינע קינדער גיין אינם אמת, לויט ווי מיר האבן באקומען א געבאט פון דעם פאטער. 5און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע. 6און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין. 7ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח. 8היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר. 9יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון. 10אויב איינער קומט צו אייך און ברענגט נישט די דאזיקע לערנונג, זאלט איר אים נישט אויפנעמען אין הויז אריין, און נישט אפגעבן קיין שלום; 11ווארום ווער עס גיט אים אפ שלום, דער האט א חלק אין זיינע בייזע מעשים.
12האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול. 13עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.
ที่ได้เลือกล่าสุด:
ב יוחנן בריוו 1: OYBC
เน้นข้อความ
คัดลอก
เปรียบเทียบ
แบ่งปัน
ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.