1
רוימער בריוו 14:13
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.
เปรียบเทียบ
สำรวจ רוימער בריוו 13:14
2
רוימער בריוו 8:13
זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה.
สำรวจ רוימער בריוו 13:8
3
רוימער בריוו 1:13
זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳.
สำรวจ רוימער בריוו 13:1
4
רוימער בריוו 12:13
די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט.
สำรวจ רוימער בריוו 13:12
5
רוימער בריוו 10:13
די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה.
สำรวจ רוימער בריוו 13:10
6
רוימער בריוו 7:13
גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.
สำรวจ רוימער בריוו 13:7