יְהוֹשועַ טו
טו
1און דער גורל פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות איז געװען ביז דעם געמאַרק פֿון אֶדוֹם, דעם מדבר צִין צו דָרום, אין עק דָרום. 2און דער געמאַרק פֿון דָרום איז זײ געװען פֿון עק יַם-הַמֶלַח, פֿון דער ים-צונג װאָס קערט זיך צו דָרום. 3און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דָרום פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און איז אַריבער קײן צִין, און אַרױף צו דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ, און איז אַריבער חֶצרוֹן, און אַרױף קײן אַדָר, און זיך אױסגעדרײט צו קַרקַע. 4און ער איז אַריבער צו עַצמוֹן, און איז אַרױס בײַם טײַך פֿון מִצרַיִם; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון דָרום. 5און דער געמאַרק צו מזרח, דער יַם-הַמֶלַח ביז צום עק יַרדן; און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט, פֿון דער ים-צונג בײַם עק יַרדן. 6און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו בֵית-חָגלָה, און איז אַריבער צו צפֿון פֿון בֵית-עַרָבֿה; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן. 7און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן דבֿיר פֿון דעם טאָל עָכוֹר, און האָט זיך געקערט צפֿון-צו קײן גִלגָל, װאָס אַקעגן דעם אױפֿגאַנג פֿון אַדוּמים, װאָס דָרום-צו פֿון דעם טײַך; און דער געמאַרק איז אַריבער צו די װאַסערן פֿון עֵין-שֶמֶש, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ עֵין-רוֹגֵל. 8און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי פֿון דָרום, דאָס איז ירושָלַיִם; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום שפּיץ באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון הִנוֹם צו מערבֿ, װאָס אין עק פֿון דעם טאָל רפֿאים צו צפֿון. 9און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן פֿון שפּיץ באַרג צו דעם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ, און איז אַרױס צו די שטעט פֿון באַרג עֶפֿרוֹן; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן ביז בַעַלָה, דאָס איז קִריַת-יְעָרים.
10און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט פֿון בַעַלָה צו מערבֿ, צום באַרג שֵׂעִיר, און איז אַריבער צו דעם רוקן פֿון באַרג יעָרים אין צפֿון – דאָס איז כסָלוֹן – און האָט אַראָפּגענידערט צו בֵית-שֶמֶש, און איז אַריבער תִּמנָה. 11און דער געמאַרק איז אַריבערגעגאַנגען צו דעם רוקן פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן קײן שִכּרוֹן, און איז אַריבער צום באַרג פֿון בַעַלָה, און אַרױסגעגאַנגען צו יַבֿנְאֵל; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים.
12און דער געמאַרק פֿון מערבֿ איז געװען דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג. דאָס איז דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות.
13און כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן האָט ער געגעבן אַ חלק צװישן די קינדער פֿון יהוּדה לױט דעם מױל פֿון ה׳ צו יְהוֹשועַן, די קִריַת-אַרבע, דעם פֿאָטער פֿון עַנָק – דאָס איז חֶבֿרוֹן. 14און כָּלֵבֿ האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דרײַ זין פֿון עַנָק, שֵשַי, און אַחימָן, און תַּלמַי, די קינדער פֿון עַנָק. 15און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן צו די באַװױנער פֿון דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער געװען קִריַת-סֵפֿר. 16און כָּלֵבֿ האָט געזאָגט: װער עס װעט שלאָגן קִריַת-סֵפֿר, און װעט זי באַצװינגען, װעל איך אים געבן מײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. 17האָט עָתניאֵל דער זון פֿון קנַז, כָּלֵבֿס ברודער, זי באַצװוּנגען, און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. 18און עס איז געװען, אַז זי איז אָנגעקומען, האָט זי אים אָנגערעדט צו בעטן פֿון איר פֿאָטער אַ פֿעלד. און װי זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון אײזל, אַזױ האָט כָּלֵבֿ צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? 19האָט זי געזאָגט: גיב מיר אַ מתּנה; װאָרעם אין אַ טרוקענעם לאַנד האָסטו מיך אױסגעגעבן; דערום זאָלסטו מיר געבן קװאַלן װאַסער. האָט ער איר געגעבן די אױבערשטע קװאַלן און די אונטערשטע קװאַלן.
20דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות.
21און די שטעט אין עק פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, צום געמאַרק פֿון אֶדוֹם אין דָרום, זײַנען געװען קַבֿצְאֵל, און עֵדֶר, און יָגור; 22און קינָה, און דימוֹנָה, און עַדעָדָה; 23און קֶדֶש, און חָצוֹר, און יִתנָן; 24זיף, און טֶלֶם, און בעָלוֹת; 25און חָצוֹר, חַדַתָּה, און קריוֹת, חֶצרוֹן, דאָס איז חָצוֹר; 26אַמָם, און שמָע, און מוֹלָדָה;
27און חַצַר-גַדָה, און חֶשמוֹן, און בֵית-פּלֶט; 28און חַצַר-שועָל, און באֵר-שֶבַֿע, און ביזיוֹת-יָה; 29און בַעַלָה, און עִיִים, און עֶצֶם; 30און אֶלתּוֹלַד, און כּסיל, און חָרמָה; 31און ציקלַג, און מַדמַנָה, און סַנסַנָה; 32און לבֿאוֹת, און שִלחים, און עַיִן, און רִמוֹן. אַלע שטעט נײַן און צװאַנציק, מיט זײערע דערפֿער.
33אין דער נידערונג: אֶשתָּאוֹל, און צָרעָה, און אַשנָה; 34און זָנוֹחַ, און עֵין-גַנים, תַּפּוחַ, און עֵינָם; 35יַרמות, און עַדולָם, שׂוֹכה, און עַזֵקָה; 36און שַעֲרַיִם, און עַדיתַיִם, און גדֵרָה, און גדֵרוֹתַיִם, פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער.
37צנָן, און חַדָשָה, און מִגדַל-גָד; 38און דִלעָן, און מִצפֵּה, און יָקתְאֵל; 39לָכיש, און בָצקַת, און עֶגלוֹן; 40און כַּבֿוֹן, און לַחמָס, און כִּתליש; 41און גדֵרוֹת, בֵית-דָגוֹן, און נַעֲמָה, און מַקֵדָה; זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער.
42לִבֿנָה, און עֶתֶר, און עָשָן; 43און יפֿתּח, און אַשנָה, און נציבֿ; 44און קעִילָה, און אַכזיבֿ, און מָרֵאשָה; נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער.
45עֶקרוֹן מיט אירע טעכטערשטעט און אירע דערפֿער; 46פֿון עֶקרוֹן ביז צום ים, אַלע װאָס לעבן אַשדוֹד, מיט זײערע דערפֿער.
47אַשדוֹד, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; עַזָה, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם, און דעם יַם-הַגָדול מיטן ברעג.
48און אין דעם געבערג: שָמיר, און יַתּיר, און שׂוֹכה; 49און דַנָה, און קִריַת-סַנָה, דאָס איז דבֿיר; 50און עַנָבֿ, און אֶשתמֹה, און עָנים; 51און גוֹשֶן, און חוֹלוֹן, און גילוה; עלף שטעט מיט זײערע דערפֿער.
52אַרָבֿ, און רוּמָה, און אֶשעָן; 53און יָנים, און בֵית-תַּפּוחַ, און אַפֿקָה; 54און חומטָה, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – און ציער; נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער.
55מָעוֹן, כַּרמֶל, און זיף, און יוטָה; 56און יִזרְעֶאל, און יָקדְעָם, און זָנוֹחַ; 57קַיִן, גִבֿעָה, און תִּמנָה. צען שטעט מיט זײערע דערפֿער.
58חַלחול, בֵית-צור, און גדוֹר; 59און מַעֲרָת, און בֵית-עַנוֹת, און אֶלתקוֹן; זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער.
60קִריַת-בַעַל – דאָס איז קִריַת-יְעָרים – און רַבָה, צװײ שטעט מיט זײערע דערפֿער.
61אין מדבר: בֵית-עַרָבֿה, מִדיָן, און סכָכָה; 62און נִבֿשָן, און די זאַלצשטאָט, און עֵין-גֶדי; זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער.
63אָבער דעם יבֿוסי, די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, זײ, האָבן די קינדער פֿון יהוּדה נישט געקענט פֿאַרטרײַבן, און דער יבֿוסי איז געבליבן זיצן מיט די קינדער פֿון יהוּדה אין ירושָלַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
Currently Selected:
יְהוֹשועַ טו: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025