במִדְבר לה
לה
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: 2באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן געבן די לוִיִים פֿון דער נחלה פֿון זײער אײגנטום שטעט צום װױנען; און אַ פֿרײַען פּלאַץ צו די שטעט רונד אַרום זײ זאָלט איר געבן די לוִיִים. 3און די שטעט װעלן זײַן פֿאַר זײ צום װױנען, און זײערע פֿרײַע פּלעצער װעלן זײַן פֿאַר זײער פֿיך, און פֿאַר זײער פֿאַרמעג, און פֿאַר אַלע זײערע בהמות. 4און די פֿרײַע פּלעצער פֿון די שטעט, װאָס איר װעט געבן די לוִיִים דרױסן פֿון דער שטאָט מױער, זאָלן זײַן טױזנט אײלן רונד אַרום. 5און איר זאָלט אָפּמעסטן אױסן שטאָט, מזרח-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און דָרום-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און מערבֿ-זײַט צװײ טױזנט אײלן, און צפֿון-זײַט צװײ טױזנט אײלן, מיט דער שטאָט אין מיטן. דאָס זאָלן בײַ זײ זײַן די פֿרײַע פּלעצער פֿון די שטעט. 6און די שטעט װאָס איר װעט געבן די לוִיִים, זאָלן זײַן די זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איר װעט געבן פֿאַר דעם טױטשלעגער צו אַנטלױפֿן אַהין; און צו זײ זאָלט איר צוגעבן צװײ און פֿערציק שטעט. 7אַלע שטעט װאָס איר װעט געבן די לוִיִים, זאָלן זײַן אַכט און פֿערציק שטעט; זײ מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. 8און די שטעט װאָס איר װעט געבן פֿון דעם אײגנטום פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלט איר פֿון דעם מערערן נעמען מער, און פֿון דעם װינציקערן נעמען װינציקער; איטלעכער לױט זײַן אַרבונג װאָס ער אַרבט, זאָל געבן פֿון זײַנע שטעט צו די לוִיִים.
9און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 10רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר גײט אַריבער דעם יַרדן קײן לאַנד כּנַעַן, 11זאָלט איר אײַך באַשטימען שטעט װאָס זאָלן אײַך זײַן שטעט פֿון אַנטרינונג, און אַהין זאָל אַנטלױפֿן דער טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע. 12און די שטעט זאָלן אײַך זײַן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם בלוט דערלײזער, און דער טױטשלעגער זאָל נישט שטאַרבן אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט. 13און די שטעט װאָס איר זאָלט געבן: זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן בײַ אײַך זײַן. 14דרײַ שטעט זאָלט איר געבן פֿון דער זײַט יַרדן, און דרײַ שטעט זאָלט איר געבן אין לאַנד כּנַעַן; שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן זײ זײַן. 15פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿאַרן פֿרעמדן, און פֿאַרן אײַנגעװאַנדערטן צװישן זײ, זאָלן זײַן די דאָזיקע זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג, אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע. 16אױב אָבער ער האָט אים דערשלאָגן מיט אַן אײַזערנער זאַך, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. 17און אױב ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ שטײן אין האַנט, װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. 18אָדער אַז ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ הילצערנער זאַך אין האַנט, װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, און ער איז געשטאָרבן, איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער. 19דער בלוט דערלײזער, ער זאָל טײטן דעם מערדער; װען ער טרעפֿט אים, זאָל ער אים טײטן. 20און אױב ער האָט אים מיט שׂינאה אַ שטױס געטאָן, אָדער ער האָט געשלײַדערט אױף אים עפּעס מיט אַ כּיװן, און ער איז געשטאָרבן, 21אָדער ער האָט אים מיט פֿײַנטשאַפֿט געשלאָגן מיט זײַן האַנט, און ער איז געשטאָרבן, זאָל טײטן געטײט װערן דער שלעגער; אַ מערדער איז ער; דער בלוט דערלײזער זאָל טײטן דעם מערדער, װען ער טרעפֿט אים. 22אױב אָבער ער האָט אים אומגעריכט, אָן פֿײַנטשאַפֿט, אַ שטױס געטאָן, אָדער ער האָט געשלײַדערט אױף אים עפּעס אַ זאַך אָן אַ כּיװן, 23אָדער מיט עפּעס אַ שטײן װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן, האָט ער געװאָרפֿן אױף אים אומגעזען, און ער איז געשטאָרבן, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא, און נישט אױסן געװען זײַן בײז, 24זאָל די עדה משפּטן צװישן דעם שלעגער און צװישן דעם בלוט דערלײזער לױט די דאָזיקע געזעצן.
25און די עדה זאָל מציל זײַן דעם טױטשלעגער פֿון דעם בלוט דערלײזערס האַנט, און די עדה זאָל אים אומקערן צו זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, װאָס ער איז אַהין אַנטלאָפֿן, און ער זאָל זיצן אין איר ביז דעם טױט פֿון כּהן-גָדול װאָס מע האָט אים געזאַלבט מיטן הײליקן אײל. 26אױב אָבער אַרױסגײן װעט אַרױסגײן דער טױטשלעגער פֿון דעם געמאַרק פֿון זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, װאָס ער איז אַהין אַנטלאָפֿן, 27און דער בלוט דערלײזער װעט אים געפֿינען אױסער דעם געמאַרק פֿון זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, און דער בלוט דערלײזער װעט טײטן דעם טױטשלעגער, האָט ער אױף זיך נישט קײן בלוט. 28װאָרעם אין זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג מוז ער זיצן ביז דעם טױט פֿון כּהן-גָדול, און ערשט נאָך דעם טױט פֿון כּהן-גָדול מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון זײַן אײגנטום. 29דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַ רעכט געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער.
30װער נאָר עס דערשלאָגט אַ נפֿש, זאָל מען הרגען דעם מערדער לױט דעם מױל פֿון עדות; און אײן עדות קען נישט עדות זאָגן אױף אַ מענטשן, ער זאָל שטאַרבן. 31און איר זאָלט נישט אָננעמען אַן אױסלײז פֿאַר דעם נפֿש פֿון אַ מערדער װאָס איז פֿאַרשולדיקט צום טױט; נײַערט טײטן מוז ער געטײט װערן. 32און איר זאָלט נישט אָננעמען אַן אױסלײז פֿון דעם װאָס איז אַנטלאָפֿן אין זײַן שטאָט פֿון אַנטרינונג, אַז ער זאָל מעגן זיך אומקערן װױנען אין לאַנד פֿאַר דעם כּהנס טױט. 33און איר זאָלט נישט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס איר זיצט דרינען, װאָרעם בלוט דאָס מאַכט זינדיק דאָס לאַנד, און דעם לאַנד װערט נישט פֿאַרגעבן פֿאַר דעם בלוט װאָס איז דרינען פֿאַרגאָסן געװאָרן, סײַדן מיט דעם בלוט פֿון דעם װאָס האָט עס פֿאַרגאָסן. 34און זאָלסט נישט פֿאַראומרײניקן דאָס לאַנד װאָס איר זיצט דרינען, װאָס איך רו אין דעם; װאָרעם איך, ה׳, רו צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
Currently Selected:
במִדְבר לה: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025