YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר לא

לא
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2זײַ זיך נוֹקם די נקמה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אָן די מִדיָנים; דערנאָך װעסטו אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק.
3האָט משה גערעדט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: באַװאָפֿנט פֿון אײַך מענער צום חיל, און זאָלן זײ גײן אױף מִדיָן אױסצופֿירן די נקמה פֿון ה׳ אױף מִדיָן. 4צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלט איר שיקן אין חיל.
5זײַנען צוגעשטעלט געװאָרן פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צװעלף טױזנט באַװאָפֿנטע חיל. 6און משה האָט זײ געשיקט אין חיל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, זײ מיט פּינְחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן, אין חיל, מיט די הײליקע כּלים און די שאַלטרומײטן אין זײַן האַנט. 7און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף מִדיָן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, און זײ האָבן אױסגעהרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן. 8אױך די מלכים פֿון מִדיָן האָבן זײ געהרגעט צװישן זײערע דערשלאָגענע: אַוִי, און רֶקֶם, און צוּר, און חוּר, און רֶבֿע, די פֿינף מלכים פֿון מִדיָן; אױך בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד. 9און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿאַנגען די װײַבער פֿון מִדיָן, און זײערע קלײנע קינדער; און אַלע זײערע בהמות, און אַלע זײערע פֿיך, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, האָבן זײ אַװעקגערױבט. 10און אַלע זײערע שטעט אין זײערע װױנערטער, און אַלע זײערע לאַגערדערפֿער, האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער. 11און זײ האָבן גענומען דעם גאַנצן זאַקרױב, און דעם גאַנצן טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, 12און האָבן געבראַכט די געפֿאַנגענע און דעם טרײַברױב און דעם זאַקרױב צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אין לאַגער, אױף די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ װאָס בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ.
13זײַנען משה, און אֶלעָזָר דער כּהן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה, אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן אױסן לאַגער. 14און משה האָט געצערנט אױף די אױפֿגעזעצטע איבערן חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, װאָס זײַנען געקומען פֿון מלחמה-דינסט. 15און משה האָט צו זײ געזאָגט: האָט איר געלאָזט לעבן אַלע װײַבספּאַרשױנען? 16דאָס האָבן זײ דאָך, אױף דעם אָנרעד פֿון בִלעָמען, געבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו באַגײן אַ פֿעלשונג אָן ה׳, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און די מגפֿה איז געװען אױף דער עדה פֿון ה׳. 17און אַצונד הרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קלײנע קינדער, און הרגעט יעטװעדער װײַבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן.
18און אַלע קינדער צװישן די װײַבספּאַרשױנען װאָס װײסן נישט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן, זאָלט איר לאָזן לעבן פֿאַר אײַך. 19און איר, לאַגערט אױסן לאַגער זיבן טעג; איטלעכער װאָס האָט געהרגעט אַ נפֿש, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן אַ דערשלאָגענעם, רײניקט אײַך אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, איר און אײַערע געפֿאַנגענע. 20און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער זאַך פֿון פֿעל, און אַלץ װאָס איז געמאַכט פֿון ציגנהאָר, און יעטװעדער הילצערנע כּלי, זאָלט איר אײַך רײניקן.
21און אֶלעָזָר דער כּהן האָט געזאָגט צו די חילס-לײַט װאָס זײַנען געגאַנגען אין מלחמה: דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּורה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן: 22אָבער דאָס גאָלד, און דאָס זילבער, דאָס קופּער, דאָס אײַזן, דאָס צין, און דאָס בלײַ, 23אַלץ װאָס קען קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך פֿײַער, און עס װעט װערן רײן; נאָר עס מוז גערײניקט װערן מיט שפּרענגװאַסער. און אַלץ װאָס קען נישט קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך װאַסער. 24און איר זאָלט װאַשן אײַערע קלײדער אױפֿן זיבעטן טאָג, און איר װעט װערן רײן, און דערנאָך מעגט איר אַרײַנקומען אין לאַגער.
25און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 26נעם אױף די צאָל פֿון דעם געפֿאַנגענעם טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, דו און אֶלעָזָר דער כּהן, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער עדה. 27און זאָלסט צעטײלן דעם טרײַברױב אין העלפֿט, צװישן די מלחמה-האַלטערס װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל, און צװישן דער גאַנצער עדה. 28און זאָלסט אָפּשײדן אַן אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל; אײן שטיק פֿון פֿינף הונדערט, פֿון די מענטשן, און פֿון די רינדער, און פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף. 29פֿון זײער העלפֿט זאָלט איר עס נעמען; און זאָלסט עס געבן צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַן אָפּשײדונג צו ה׳. 30און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו נעמען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, פֿון די רינדער, פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף – פֿון אַלע בהמות; און זאָלסט זײ געבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳.
31און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן. 32און דער טרײַברױב װאָס איז געבליבן נאָך דעם רױב װאָס דאָס חיל-פֿאָלק האָט גערױבט, איז געװען: שאָף, זעקס הונדערט טױזנט און זיבעציק טױזנט און פֿינף טױזנט; 33און רינדער, צװײ און זיבעציק טױזנט; 34און אײזלען, אײן און זעכציק טױזנט; 35און נפֿשות פֿון מענטשן, פֿון װײַבספּאַרשױנען װאָס האָבן נישט געװוּסט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן – אַלע נפֿשות, צװײ און דרײַסיק טױזנט. 36און אַ העלפֿט, דער חלק פֿון די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל – די צאָל פֿון די שאָף, איז געװען דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. 37און די אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די שאָף איז געװען זעקס הונדערט און פֿינף און זיבעציק. 38און די רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט, און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און זיבעציק. 39און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, אײן און זעכציק. 40און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און דרײַסיק נפֿשות. 41און משה האָט איבערגעגעבן די אָפּגאָב פֿון ג-טס אָפּשײדונג צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 42און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס משה האָט אַראָפּגענומען בײַ די מענער װאָס זײַנען געװען אין חיל – 43און די העלפֿט פֿון דער עדה איז געװען: פֿון די שאָף, דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט; 44און רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט; 45און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט;
46און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט – 47פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט משה גענומען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, און פֿון די בהמות, און ער האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
48און די אױפֿגעזעצטע װאָס איבער די טױזנטן פֿון חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, האָבן גענענט צו משהן; 49און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: דײַנע קנעכט האָבן אױפֿגענומען די צאָל פֿון די מלחמה-לײַט װאָס אונטער אונדזער האַנט, און קײנער פֿון אונדז איז נישט געמינערט געװאָרן. 50האָבן מיר געבראַכט אַ קָרבָּן צו ה׳, איטלעכער װאָס ער האָט געפֿונען, גילדערנע זאַכן, אָרעמבענדער, און האַנטקײטלעך, פֿינגערלעך, אױרינגען, און האַלדזבענדער, מכַפּר צו זײַן אױף אונדזער זעל פֿאַר ה׳.
51האָבן משה און אֶלעָזָר דער כּהן צוגענומען פֿון זײ דאָס גאָלד, אַלערלײ אױסגעאַרבעטע זאַכן. 52און דאָס גאַנצע גאָלד פֿון דער אָפּשײדונג װאָס זײ האָבן אָפּגעשײדט צו ה׳, איז געװען זעכצן טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק שֶקל, פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט, און פֿון די עלטסטע פֿון הונדערט. – 53די חילס-לײַט האָבן גערױבט איטלעכער פֿאַר זיך. – 54און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן צוגענומען דאָס גאָלד פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט און פֿון הונדערט, און האָבן עס געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד, אַ דערמאָנונג אָן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר ה׳.

Currently Selected:

במִדְבר לא: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in