וַיִּקְרָא יט
יט
קְדוֹשִים
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: הײליק זאָלט איר זײַן, װאָרעם איך ה׳ אלוקיכם בין הײליק. 3איר זאָלט איטלעכער האָבן אָפּשײַ פֿאַר זײַן מוטער און זײַן פֿאָטער, און מײַנע שבתים זאָלט איר היטן: איך בין ה׳ אלוקיכם.
4איר זאָלט אײַך נישט קערן צו די געצן, און געגאָסענע ג‑טער זאָלט איר אײַך נישט מאַכן: איך בין ה׳ אלוקיכם.
5און אַז איר װעט שלאַכטן אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, זאָלט איר עס שלאַכטן פֿאַר אײַער אָננעמונג. 6אין דעם טאָג פֿון אײַער שלאַכטונג זאָל עס געגעסן װערן, און אױף מאָרגן; און װאָס בלײַבט איבער ביז אױפֿן דריטן טאָג, זאָל אין פֿײַער פֿאַרברענט װערן. 7און אױב געגעסן װעט עס געגעסן װערן אױפֿן דריטן טאָג, איז דאָס אַן אומװערדיקײט; עס װעט נישט באַװיליקט װערן. 8און דער װאָס עסט דאָס, װעט טראָגן זײַן זינד, װאָרעם אַ הײליקײט פֿון ה׳ האָט ער פֿאַרשװעכט; און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק.
9און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו נישט דערענדיקן שנײַדן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו נישט נאָכקלײַבן. 10און דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו נישט אַרומקלײַבן רײן, און דאָס אַראָפּגעפֿאַלענע פֿון דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו נישט אױפֿקלײַבן; פֿאַרן אָרעמאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין ה׳ אלוקיכם.
11איר זאָלט נישט גנבֿען, און איר זאָלט נישט פֿאַרלײקענען, און איר זאָלט נישט זאָגן ליגן אײנער דעם אַנדערן. 12און איר זאָלט נישט שװערן בײַ מײַן נאָמען צום פֿאַלשן, און פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
13זאָלסט נישט דריקן דײַן חבֿר, און נישט באַגזלען. זאָלסט נישט לאָזן איבערנעכטיקן דעם לױן פֿון אַ געדונגענעם בײַ דיר ביז אין דער פֿרי.
14זאָלסט נישט שילטן אַ טױבן, און פֿאַר אַ בלינדן זאָלסטו נישט לײגן אַ שטרױכלונג; און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
15איר זאָלט נישט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט; זאָלסט נישט שױנען דעם פּנים פֿון אַן אָרעמאַן, און נישט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ גרױסן מאַן; מיט גערעכטיקײט זאָלסטו משפּטן דײַן חבֿר. 16זאָלסט נישט אַרומגײן מיט רכילות צװישן דײַן פֿאָלק; זאָלסט נישט שטײן רויִק בײַ דעם בלוט פֿון דײַן חבֿר: איך בין ה׳.
17זאָלסט נישט פֿײַנט האָבן דײַן ברודער אין דײַן האַרצן; אױסרעדן זאָלסטו אױסרעדן דײַן חבֿר, כּדי זאָלסט נישט טראָגן איבער אים אַ זינד. 18זאָלסט זיך נישט נוֹקם זײַן, און נישט האַלטן אַ שׂינאה אױף די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק; נײַערט זאָלסט ליב האָבן דײַן חבֿר אַזױ װי זיך אַלײן: איך בין ה׳.
19מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן. דײַן בהמה זאָלסטו נישט פּאָרן געמישט; דײַן פֿעלד זאָלסטו נישט פֿאַרזײען געמישט; און אַ בגד פֿון געמישטן געװאַנט, שַעַטנֵז, זאָל נישט אַרױפֿקומען אױף דיר.
20און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, און זי איז אַ דינסט װאָס איז באַשטימט פֿאַר אַ מאַן, אָבער אױסגעלײזט איז זי נישט אױסגעלײזט געװאָרן, און פֿרײַשאַפֿט איז איר נישט געגעבן געװאָרן, זאָל זײַן אַן אױספֿאָרשונג; זײ זאָלן נישט געטײט װערן, װאָרעם זי איז נישט באַפֿרײַט געװאָרן. 21און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער צו ה׳, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; אַ װידער פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער. 22און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים מיט דעם װידער פֿון שולדאָפּפֿער פֿאַר ה׳, װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; און אים װעט פֿאַרגעבן װערן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט.
23און אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד, און װעט פֿלאַנצן אַלערלײ עסבײמער, זאָלט איר לאָזן זײער פֿרוכט אומבאַשניטן; דרײַ יאָר זאָל עס אײַך זײַן אומבאַשניטן, עס זאָל נישט געגעסן װערן. 24און אױפֿן פֿירטן יאָר זאָל זײער גאַנצע פֿרוכט זײַן הײליק פֿאַר אַ לױבגעבונג צו ה׳. 25און אױפֿן פֿינפֿטן יאָר מעגט איר עסן זײער פֿרוכט, כּדי אײַך זאָל צוקומען זײער אײַנטראָג: איך בין ה׳ אלוקיכם.
26איר זאָלט נישט עסן מיטן בלוט. איר זאָלט נישט צױבערן און נישט װאָרזאָגן.
27איר זאָלט נישט אָפּשנײַדן רונד די ברעגן פֿון אײַער קאָפּ; און זאָלסט נישט פֿאַרדאַרבן די ברעגן פֿון דײַן באָרד.
28און אַ שניט נאָך אַ טױטן זאָלט איר נישט מאַכן אױף אײַער לײַב, און אַן אױסגעשטאָכן געשריפֿטס זאָלט איר אױף זיך נישט מאַכן: איך בין ה׳.
29זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דײַן טאָכטער זי צו מאַכן פֿאַר אַ זוֹנה, כּדי דאָס לאַנד זאָל נישט אױסגעלאַסן װערן, און דאָס לאַנד װעט פֿול װערן מיט שענדלעכקײט.
30מײַנע שבתים זאָלט איר היטן, און פֿאַר מײַן מִקדָש זאָלט איר האָבן אָפּשײַ: איך בין ה׳.
31איר זאָלט אײַך נישט קערן צו גײַסטער, און בײַ רוחות זאָלט איר נישט פֿרעגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם.
32פֿאַר אַ גרײַז זאָלסטו אױפֿשטײן, און זאָלסט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
33און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער אין אײַער לאַנד. זאָלסטו אים נישט קריװדען. 34אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון אײַך זאָל אײַך זײַן דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך; און זאָלסט אים ליב האָבן אַזױ װי זיך אַלײן; װאָרעם פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם: איך בין ה׳ אלוקיכם.
35איר זאָלט נישט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט, אין מעסטשטאָק, אין װאָג, אָדער אין מאָס. 36אַ ריכטיקע װאָגשאָל, ריכטיקע װאָגשטײנער, אַ ריכטיקע אֵיפֿה, און אַ ריכטיקער הין, זאָל בײַ אײַך זײַן: איך בין ה׳ אלוקיכם, װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם. 37און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן: איך בין ה׳.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא יט: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025