שְמוֹת ד
ד
1האָט געענטפֿערט משה און האָט געזאָגט: אָבער זײ װעלן דאָך מיר נישט גלױבן, און װעלן נישט צוהערן צו מײַן קֹול, װאָרעם זײ װעלן זאָגן: ה׳ האָט זיך נישט באַװיזן צו דיר. 2האָט ה׳ צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס אין דײַן האַנט? האָט ער געזאָגט: אַ שטעקן. 3האָט ער געזאָגט: טו אים אַ װאָרף צו דער ערד. האָט ער אים אַ װאָרף געטאָן צו דער ערד, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג; און משה איז אַנטלאָפֿן פֿאַר איר. 4האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט, און נעם זי אָן פֿאַרן עק – האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי אָנגענומען, און זי איז געװאָרן אַ שטעקן אין זײַן האַנט – 5כּדי זײ זאָלן גלױבן, אַז ה׳, דער ג-ט פֿון זײערע עלטערן, אלוקי אבֿרהמען, אלוקי יִצחָקן, און אלוקי יעקבֿן, האָט זיך באַװיזן צו דיר.
6און ה׳ האָט װידער צו אים געזאָגט: שטעק אַקאָרשט אַרײַן דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן, ערשט זײַן האַנט איז מצורע װי שנײ. 7האָט ער געזאָגט: קער אום דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אומגעקערט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן פֿון זײַן בוזעם, ערשט זי איז װידער געװאָרן אַזױ װי זײַן לײַב.
8און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן דיר נישט גלױבן, און װעלן נישט צוהערן צו דעם קֹול פֿון דעם ערשטן צײכן, װעלן זײ גלױבן דעם קֹול פֿון דעם לעצטן צײכן. 9און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן די דאָזיקע בײדע צײכנס אױך נישט גלױבן, און װעלן נישט צוהערן צו דײַן קֹול, זאָלסטו נעמען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך, און אױסגיסן אױף דער יבשה, און דאָס װאַסער װאָס דו װעסט נעמען פֿון טײַך, װעט װערן בלוט אױף דער יבשה.
10האָט משה געזאָגט צו ה׳: איך בעט דיך, אֲדֹנָי, איך בין נישט קײן מענטש פֿון װערטער, סײַ פֿון נעכטן, סײַ פֿון אײערנעכטן, סײַ פֿון זינט דו רעדסט צו דײַן קנעכט; װאָרעם איך בין שװער אױפֿן מױל, און שװער אױף דער צונג. 11האָט ה׳ געזאָגט צו אים: װער האָט געמאַכט דעם מענטשן אַ מױל? אָדער װער מאַכט שטום, אָדער טױב, אָדער זעעװדיק, אָדער בלינד, אױב נישט איך, ה׳? 12דערום גײ אַצונד, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און װעל דיך לערנען װאָס דו זאָלסט רעדן. 13האָט ער געזאָגט: איך בעט דיך, אֲדֹנָי, שיק דורך װעמען דו װעסט שיקן.
14האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױף משהן, און ער האָט געזאָגט: איז נישט פֿאַראַן אַהרֹן דײַן ברודער, דער לֵוִי? איך װײס אַז ער קען יאָ רעדן. און זע, ער גײט דיר נאָך אַרױס אַנטקעגן, און װי ער װעט דיך דערזען, אַזױ װעט ער זיך האַרציק דערפֿרײען. 15און װעסט רעדן צו אים, און װעסט אַרײַנטאָן די װערטער אין זײַן מױל, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און מיט זײַן מױל, און װעל אײַך לערנען װאָס איר זאָלט טאָן. 16און ער װעט רעדן פֿאַר דיר צום פֿאָלק; און עס װעט זײַן, ער װעט דיר זײַן פֿאַר אַ מױל, און דו װעסט אים זײַן אַנשטאָט אלֹקים. 17און זאָלסט נעמען אין דײַן האַנט דעם דאָזיקן שטעקן, װאָס מיט אים װעסטו טאָן די צײכנס.
18איז משה געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן שװער יִתרוֹן, און האָט צו אים געזאָגט: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און זיך אומקערן צו מײַנע ברידער װאָס אין מִצרַיִם, און לאָמיך זען אױב זײ לעבן נאָך. האָט יִתרוֹ געזאָגט צו משהן: גײ בשלום.
19און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן אין מִדיָן: גײ קער זיך אום קײן מִצרַיִם, װאָרעם געשטאָרבן זײַנען די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזוכט דײַן לעבן.
20האָט משה גענומען זײַן װײַב און זײַנע זין, און האָט זײ אַרױפֿגעזעצט אױף אַן אײזל, און ער האָט זיך אומגעקערט קײן לאַנד מִצרַיִם. און משה האָט מיטגענומען דעם שטעקן פֿון האלֹקים אין זײַן האַנט.
21און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: װען דו גײסט זיך אומקערן קײן מִצרַיִם, מערק אַלע װוּנדער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן האַנט, אַז דו זאָלסט זײ טאָן פֿאַר פַּרעהן; אָבער איך װעל פֿעסט מאַכן זײַן האַרץ, און ער װעט נישט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. 22און זאָלסט זאָגן צו פַּרעהן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מײַן ערשטגעבאָרענער זון איז יִשׂרָאֵל; 23און איך האָב צו דיר געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן זון, ער זאָל מיר דינען, און דו װילסט אים נישט אַװעקלאָזן; זע, איך הרגע דײַן ערשטגעבאָרענעם זון.
24און עס איז געװען אונטערװעגס אין אַ האַרבעריק, האָט אים באַגעגענט ה׳, און האָט אים געװאָלט טײטן. 25האָט צִפּוֹרָה גענומען אַ שאַרפֿן שטײן, און האָט אָפּגעשניטן די פֿאָרהױט פֿון איר זון, און האָט צוגערירט צו זײַנע פֿיס; און זי האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ בלוט-חתן ביסטו מיר. 26און ער האָט אים אָפּגעלאָזט. דענצמאָל האָט זי דאָס געזאָגט אַ בלוט-חתן, פֿון װעגן דער באַשנײַדונג.
27און ה׳ האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גײ אַנטקעגן משהן צום מדבר. איז ער געגאַנגען, און האָט אים באַגעגענט אױפֿן באַרג פֿון האלֹקים, און ער האָט אים געקושט. 28און משה האָט דערצײלט אַהרֹנען אַלע װערטער פֿון ה׳, מיט װאָס ער האָט אים געשיקט, און אַלע צײכנס װאָס ער האָט אים באַפֿױלן.
29און משה און אַהרֹן זײַנען געגאַנגען און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 30און אַהרֹן האָט גערעדט אַלע װערטער, װאָס ה׳ האָט גערעדט צו משהן, און ער האָט געטאָן די צײכנס פֿאַר די אױגן פֿון פֿאָלק, 31און דאָס פֿאָלק האָט געגלױבט. און װי זײ האָבן געהערט אַז ה׳ האָט געדאַכט אָן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אַז ער האָט געזען זײער פּײַן, אַזױ האָבן זײ זיך גענײגט און זיך געבוקט.
Currently Selected:
שְמוֹת ד: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025