YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לא

לא
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2זע, איך האָב גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה, 3און איך האָב אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים, אין חכמה, און אין פֿאַרשטאַנדיקײט און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה, 4אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 5און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער מלאָכה. 6און איך, זע, האָב צוגעגעבן צו אים אָהליאָבֿ דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן; און אין האַרצן פֿון אַלע קלוגהאַרציקע האָב איך אַרײַנגעגעבן חכמה, אַז זײ זאָלן מאַכן אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן: 7דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿאַרן צײגנים, און דעם דעק װאָס איבער אים, און אַלע כּלים פֿון געצעלט; 8און דעם טיש און זײַנע כּלים, און די רײנע מנוֹרה און אַלע אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך; 9און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 10און די געשטריקטע קלײדער, און די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרֹן דעם כּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה; 11און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן פֿאַרן הײליקטום; אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, זאָלן זײ טאָן.
12און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 13דו רעד אױך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נאָר אָפּהיטן מײַנע שבתים, װאָרעם אַ צײכן איז דאָס צװישן מיר און צװישן אײַך אױף אײַערע דור-דורות, כּדי איר זאָלט װיסן, אַז איך ה׳ הײליק אײַך. 14און איר זאָלט היטן שבת, װאָרעם ער איז הײליק פֿאַר אײַך; דער װאָס פֿאַרשװעכט אים, זאָל טײטן געטײט װערן; װאָרעם איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. 15זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ שבת פֿון רוּונג, הײליק צו ה׳; איטלעכער װאָס טוט אַן אַרבעט אין טאָג פֿון שבת, זאָל טײטן געטײט װערן. 16און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן היטן שבת, צו האַלטן שבת אױף זײערע דור-דורות; אַן אײביקער ברית. 17צװישן מיר און צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז דאָס אַ צײכן אױף אײביק, אַז זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער אױפֿגעהערט און גערוט.
18און ער האָט געגעבן משהן, װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים אױפֿן באַרג סינַי, די צװײ לוחות פֿון צײגנים, שטײנערנע לוחות געשריבן מיט דעם פֿינגער פֿון אלֹקים.

Currently Selected:

שְמוֹת לא: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in