שְמוֹת כז
כז
1און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן די לענג, און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבח זײַן, און דרײַ אײלן זײַן הײך. 2און זאָלסט מאַכן זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער; און זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער. 3און זאָלסט מאַכן זײַנע טעףּ אױף אַװעקנעמען זײַנע אַש, און זײַנע שופֿלען, און זײַנע שפּרענגבעקנס, און זײַנע גאָפּלען און זײַנע פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער. 4און זאָלסט מאַכן צו אים אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט, און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר קופּערנע רינגען אױף זײַנע פֿיר עקן. 5און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן אונטער דעם געזימס פֿון מזבח, פֿון אונטן, און די נעץ זאָל זײַן ביז דער העלפֿט פֿון מזבח. 6און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח, שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט קופּער. 7און זײַנע שטאַנגען זאָלן אַרײַנגעצױגן װערן אין די רינגען, און די שטאַנגען זאָלן זײַן אױף בײדע זײַטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים. 8הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג, אַזױ זאָל מען מאַכן.
9און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון מישכּן: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן די לענג פֿאַר דער אײן זײַט. 10און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 11און דעס גלײַכן פֿאַר דער צפֿון-זײַט, פֿאַר לענג: אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג, און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 12און פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן: די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען. 13און די ברײט פֿון הױף אין מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן. 14און פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 15און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 16און פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר. 17אַלע זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, אָנגעגורט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון זילבער, און זײערע שװעלן פֿון קופּער. 18די לענג פֿון הױף הונדערט אײלן, און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק, און די הײך פֿינף אײלן, פֿון געדרײַטן לײַנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער. 19אַלע געצײַג פֿון מישכּן פֿאַר זײַן גאַנצער אַרבעט, און אַלע זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף, פֿון קופּער.
תְּצַוֶה
20און דו זאָלסט באַפֿעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצינדן אַ ליכט תּמיד. 21אין אוֹהל-מוֹעד, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַרן צײגנים, זאָל עס אַהרֹן און זײַנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, פֿאַר ה׳; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דור-דורות פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
Currently Selected:
שְמוֹת כז: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025