שְמוֹת יט
יט
1אין דריטן חודש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי. 2און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און יִשׂרָאֵל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו האלֹקים, און ה׳ האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: 4איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפֿליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר. 5און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קֹול, און איר װעט היטן מײַן ברית, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרעם צו מיר געהערט די גאַנצע ערד. 6און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
7און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן. 8האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
9און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
10און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; 11און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג, װאָרעם אױפֿן דריטן טאָג װעט ה׳ אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי. 12און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן; 13אַ האַנט זאָל זיך נישט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער נישט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער. 15און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט נישט גענענען צו אַ פֿרױ.
16און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט. 17און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער האלֹקים אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג. 18און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט. 19און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה איז געװען רעדנדיק, און האלֹקים איז געװען צוריקרעדנדיק צו אים אױפֿן קֹול. 20און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און ה׳ האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען. 21און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו ה׳ צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך. 22און אױך די כּהנים װאָס גענענען צו ה׳, זאָלן זיך הײליקן, כּדי ה׳ זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ. 23האָט משה געזאָגט צו ה׳: דאָס פֿאָלק קען נישט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרעם דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן. 24האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרֹן מיט דיר; אָבער די כּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך נישט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו ה׳, כּדי ער זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
25האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.
Currently Selected:
שְמוֹת יט: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025