YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת יב

יב
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אין לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: 2דער דאָזיקער חודש זאָל אײַך זײַן דער אָנהײב פֿון חדשים; דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר זאָל ער אײַך זײַן. 3רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, זאָלן זײ איטלעכער זיך נעמען צו לאַם פֿאַר אַ פֿאָטערהױז, צו לאַם פֿאַר אַ הױזגעזינט. 4און אױב דאָס הױזגעזינט איז צו װינציק פֿאַר אַ לאַם, זאָל ער נעמען מיט זײַן שכן װאָס איז נאָנט צו זײַן הױז, לױט דער צאָל נפֿשות; איטלעכן װעדליק זײַן עסן זאָלט איר צײלן אױפֿן לאַם. 5אַ לאַם אָן אַ פֿעלער, אַ זָכר אַ יאָר אַלט, זאָל עס אײַך זײַן; פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן זאָלט איר נעמען. 6און ער זאָל בײַ אײַך זײַן אין אָפּהיטונג ביזן פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל זאָל אים שעכטן קעגן אָװנט. 7און זײ זאָלן נעמען פֿון דעם בלוט און אַרױפֿטאָן אױף בײדע בײַשטידלעך, און אױף דעם אײבערשטידל, אױף די הײַזער װאָס זײ װעלן אים עסן אין זײ. 8און זײ זאָלן עסן דאָס פֿלײש אין דער דאָזיקער נאַכט, געבראָטן אױפֿן פֿײַער; מיט מַצות און מיט ביטערע קרײַטעכצער זאָלן זײ עס עסן. 9איר זאָלט נישט עסן פֿון אים האַלב געבראָטן, אָדער געקאָכט, אָפּגעקאָכט אין װאַסער, נײַערט געבראָטן אױפֿן פֿײַער; זײַן קאָפּ מיט זײַנע קני און מיט זײַנע אינגעװײד. 10און איר זאָלט נישט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און װאָס װעט איבערבלײַבן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. 11און אַזױ זאָלט איר אים עסן: אײַערע לענדן אָנגעגורט, אײַערע שיך אױף אײַערע פֿיס, און אײַער שטעקן אין אײַער האַנט; און איר זאָלט אים עסן אין געאײַל. אַ קָרבָּן-פֶּסַח איז דאָס צו ה׳. 12און איך װעל דורכגײן דורכן לאַנד מִצרַיִם אין דער דאָזיקער נאַכט, און װעל שלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; און אױף אַלע ג‑טער פֿון מִצרַיִם װעל איך טאָן אַ משפּט; איך בין ה׳.
13און דאָס בלוט װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף די הײַזער װאָס איר זײַט דאָרטן, און איך װעל זען דאָס בלוט, און װעל איבערהיפּן איבער אײַך, און עס װעט נישט זײַן צװישן אײַך קײן פּלאָג אומצוברענגען, װען איך שלאָג אין לאַנד מִצרַיִם. 14און דער דאָזיקער טאָג זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַ געדעכעניש, און איר זאָלט אים פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳; אױף אײַערע דור-דורות, װי אַן אײביק געזעץ, זאָלט איר אים פֿײַערן. 15זיבן טעג זאָלט איר עסן מַצות; באַלד בײַם ערשטן טאָג זאָלט איר אָפּטאָן זױערטײג פֿון אײַערע הײַזער, װאָרעם איטלעכער װאָס עסט חמץ פֿון ערשטן טאָג ביזן זיבעטן טאָג, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון יִשׂרָאֵל. 16און אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע, און אין זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן אַרבעט זאָל אין זײ נישט געטאָן װערן, נאָר װאָס דאַרף געגעסן װערן פֿון איטלעכן מענטשן, דאָס אַלײן מעג צוגעגרײט װערן בײַ אײַך. 17און איר זאָלט אָפּהיטן די מַצות; װאָרעם אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג האָב איך אַרױסגעצױגן אײַערע מחנות פֿון לאַנד מִצרַיִם. און איר זאָלט היטן דעם דאָזיקן טאָג אױף אײַערע דור-דורות װי אַן אײביק געזעץ. 18אין ערשטן חודש, פֿון פֿערצנטן טאָג אין חודש אין אָװנט, זאָלט איר עסן מַצות, ביזן אײן און צװאַנציקסטן טאָג אין חודש אין אָװנט. 19זיבן טעג זאָל זיך נישט געפֿינען זױערטײג אין אײַערע הײַזער, װאָרעם איטלעכער װאָס עסט חמץ, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, סײַ אַ פֿרעמדער, און סײַ אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד. 20קײן חמץ זאָלט איר נישט עסן; אין אַלע אײַערע װױנערטער זאָלט איר עסן מַצות.
21און משה האָט גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס און נעמט אײַך שאָף לױט אײַערע משפּחות, און שעכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח. 22און איר זאָלט נעמען אַ בינטל אֵזוֹבֿ-גראָז און אײַנטונקען אין דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט צורירן צו דעם אײבערשטידל און צו די בײדע בײַשטידלעך פֿון דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט קײנער נישט אַרױסגײן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן הױז ביז אין דער פֿרי. 23און אַז ה׳ װעט דורכגײן צו שלאָגן מִצרַיִם, װעט ער זען דאָס בלוט אױפֿן אײבערשטידל און אױף די בײדע בײַשטידלעך, און ה׳ װעט איבערהיפּן איבערן אײַנגאַנג, און ער װעט נישט לאָזן דעם אומברענגער אַרײַנקומען אין אײַער הױז צו שלאָגן. 24און איר זאָלט אָפּהיטן די דאָזיקע זאַך װי אַ געזעץ פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער אױף אײביק. 25און עס װעט זײַן, אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ װעט אײַך געבן, אַזױ װי ער האָט צוגעזאָגט, זאָלט איר אָפּהיטן דעם דאָזיקן דינסט. 26און עס װעט זײַן, אַז אײַערע קינדער װעלן אײַך פֿרעגן: װאָס איז בײַ אײַך דער דאָזיקער דינסט? 27זאָלט איר זאָגן: אַ קָרבָּן-פֶּסַח איז דאָס צו ה׳, װײַל ער האָט איבערגעהיפּט איבער די הײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מִצרַיִם, װען ער האָט געשלאָגן מִצרַיִם, און אונדזערע הײַזער האָט ער מציל געװען.
האָט דאָס פֿאָלק זיך גענײגט און זיך געבוקט. 28און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען און האָבן געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן.
29און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, אַזױ האָט ה׳ געשלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכוֹר פֿון פַּרעהן װאָס האָט געזאָלט זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכוֹר פֿון געפֿאַנגענעם װאָס אין תּפֿיסה; און יעטװעדער בכוֹר פֿון אַ בהמה.
30איז פַּרעה אױפֿגעשטאַנען בײַ דער נאַכט, ער און אַלע זײַנע קנעכט, און גאַנץ מִצרַיִם, און עס איז געװאָרן אַ גרױס געשרײ אין מִצרַיִם, װאָרעם עס איז נישט געװען אַ הױז װאָס דאָרטן זאָל נישט זײַן אַ טױטער. 31און ער האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען בײַ דער נאַכט, און האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון צװישן מײַן פֿאָלק, אי איר, אי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און גײט דינט ה׳, אַזױ װי איר האָט געזאָגט. 32נעמט אי אײַערע שאָף, אי אײַערע רינדער, אַזױ װי איר האָט געזאָגט, און גײט; און בענטשט מיך אױך.
33און די מִצרַיִם זײַנען צוגעשטאַנען צו דעם פֿאָלק, זײ אַרױסצושיקן װאָס גיכער פֿון לאַנד, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן אַלע אױסשטאַרבן. 34און דאָס פֿאָלק האָט גענומען זײער טײג אײדער ער איז געזײַערט געװאָרן; זײערע מולטערס זײַנען געװען אײַנגעבונדן אין זײערע קלײדער אױף זײערע אַקסלען.
35און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און זײ האָבן אַנטלײַען פֿון די מִצרַיִם זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן, און קלײדער. 36װאָרעם ה׳ האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון די מִצרַיִם, און זײ האָבן זײ געליען; און זײ האָבן אױסגעלײדיקט מִצרַיִם.
37און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַרױסגעצױגן פֿון רַעְמסֵס קײן סוכּוֹת, אַרום זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער, מענער, אַחוץ קינדער. 38און אױך אַ סך געמישט פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען מיט זײ; און שאָף און רינדער זײער אַ גרױסע סטאַדע. 39און זײ האָבן געבאַקן פֿון דעם טײג װאָס זײ האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון מִצרַיִם, קוכנס מַצה, װאָרעם ער איז נישט געזײַערט געװאָרן, װײַל זײ זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון מִצרַיִם, און האָבן זיך נישט געקענט אױפֿהאַלטן, און אַפֿילו צערונג האָבן זײ זיך נישט צוגעגרײט.
40און דאָס זיצן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם, איז געװען פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר. 41און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר, איז, גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען אַלע מחנות פֿון ה׳ אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם. 42אַ װאַכנאַכט איז דאָס געװען בײַ ה׳ זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; איז די דאָזיקע אײגענע נאַכט אַ װאַכנאַכט צו ה׳ בײַ אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױף זײערע דור-דורות.
43און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און אַהרֹנען: דאָס איז דער דין פֿון דעם קָרבָּן-פֶּסַח: קײן פֿרעמד-געבאָרענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 44און װוּ נאָר עמיצנס אַ קנעכט געקױפֿט פֿאַר געלט, אַז דו האָסט אים געמַלט, דענצמאָל מעג ער פֿון אים עסן. 45אַן אײַנגעװאַנדערטער און אַ געדונגענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 46אין אײן הױז זאָל ער געגעסן װערן; זאָלסט נישט אַרױסטראָגן פֿון דעם פֿלײש אױסן הױז; און אַ בײן זאָלט איר נישט צעברעכן אין אים. 47די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל זאָל אים מאַכן. 48און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט װעלן מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳, זאָל בײַ אים געמַלט װערן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און דענצמאָל קען ער גענענען אים צו מאַכן; און ער זאָל זײַן אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד; אָבער קײן אומבאַשניטענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 49אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך.
50און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן. 51און עס איז געװען אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, האָט ה׳ אַרױסגעצױגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, לױט זײערע מחנות.

Currently Selected:

שְמוֹת יב: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in