דְבָֿרִים א
א
דְבָֿרִים
1דאָס זײַנען די װערטער װאָס משה האָט גערעדט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל אױף יענער זײַט יַרדן, אין מדבר, אין דעם פּלױן, אַקעגן סוּף, צװישן פּאָרָן און צװישן תּוֹפֿל, און לָבָֿן, און חַצֵרוֹת, און די-זָהָבֿ. – 2עלף טעג איז פֿון חוֹרֵבֿ ביז קָדֵש-ברנֵעַ אױף דעם װעג פֿון באַרג שֵׂעִיר. – 3און עס איז געװען אין פֿערציקסטן יאָר, אין עלפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן פֿאַר זײ; 4נאָך דעם אַז ער האָט געשלאָגן סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת אין אֶדרֶעִי. 5אױף יענער זײַט יַרדן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, האָט משה גענומען באַשײדן די דאָזיקע תּורה, אַזױ צו זאָגן:
6ה׳ אלוקינו האָט גערעדט צו אונדז אין חוֹרֵבֿ, אַזױ צו זאָגן: גענוג אײַך זיצן אױף דעם דאָזיקן באַרג; 7פֿאַרקערט זיך און ציט אײַך אַװעק, און גײט צו דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, און צו אַלע זײַנע שכנים, אין דעם פּלױן, אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דָרום, און בײַם באָרטן פֿון ים, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און צום לבֿנוֹן, ביזן גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת. 8זעט, איך האָב איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו אײַך; גײט און אַרבט דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן צו אײַערע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, צו געבן זײ און זײער זאָמען נאָך זײ.
9און איך האָב געזאָגט צו אײַך אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: איך אַלײן קען אײַך נישט טראָגן. 10ה׳ אלוקיכם האָט אײַך געמערט, און אָט זײַט איר אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט – 11זאָל ה׳ דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן אײַך מערן טױזנט מאָל אַזױ פֿיל װי איר זײַט, און אײַך בענטשן אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט! – 12װי קען איך אַלײן טראָגן אײַער שװערקײט און אײַער לאַסט און אײַער קריגערײַ? 13קריגט אײַך קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע און געניטע לײַט, לױט אײַערע שבֿטים, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײַערע הױפּטלײַט. 14האָט איר מיר געענטפֿערט און געזאָגט: גוט איז די זאַך װאָס דו האָסט געהײסן טאָן. 15און איך האָב גענומען די קעפּ פֿון אײַערע שבֿטים, קלוגע און געניטע לײַט, און איך האָב זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט איבער אײַך, פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, און עלטסטע פֿון הונדערט, און עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען, און אױפֿזעער, לױט אײַערע שבֿטים. 16און איך האָב באַפֿױלן אײַערע ריכטער אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: הערט אױס צװישן אײַערע ברידער, און איר זאָלט משפּטן גערעכט צװישן איטלעכן און צװישן זײַן ברודער, אָדער דעם פֿרעמדן װאָס בײַ אים. 17איר זאָלט נישט קײן נושא פּנים זײַן אין אַ משפּט; דעם קלענסטן אַזױ װי דעם גרעסטן זאָלט איר אױסהערן; איר זאָלט זיך נישט שרעקן פֿאַר אַ מענטשן, װאָרעם דער משפּט איז ג-טס. און די זאַך װאָס װעט זײַן צו שװער פֿאַר אײַך, זאָלט איר ברענגען צו מיר, און איך װעל זי אױסהערן. 18און איך האָב אײַך באַפֿױלן אין יענער צײַט אַלע זאַכן װאָס איר זאָלט טאָן.
19און מיר האָבן אַװעקגעצױגן פֿון חוֹרֵבֿ, און זײַנען דורכגעגאַנגען אין גאַנצן יענעם גרױסן און מוראדיקן מדבר װאָס איר האָט געזען, אױפֿן װעג צו דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, אַזױ װי ה׳ אלוקינו האָט אונדז באַפֿױלן; און מיר זײַנען געקומען ביז קָדֵש-ברנֵעַ. 20און איך האָב צו אײַך געזאָגט: איר זײַט געקומען ביז דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, װאָס ה׳ אלוקינו גיט אונדז; 21זע, ה׳ דײַן ג-ט האָט איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו דיר, גײ אַרױף און אַרב עס, אַזױ װי ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן. 22האָט איר אַלע גענענט צו מיר, און האָט געזאָגט: לאָמיר שיקן מענטשן אונדז פֿאַרױס, און זײ זאָלן אױספֿאָרשן פֿאַר אונדז דאָס לאַנד, און אונדז ברענגען אַן ענטפֿער װעגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן, און די שטעט װאָס מיר זאָלן אין זײ קומען. 23און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין מײַנע אױגן, און איך האָב גענומען פֿון אײַך צװעלף מאַן, צו אײן מאַן פֿאַר אַ שבֿט. 24און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אין דעם געבערג, און זײַנען געקומען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן עס אױסגעקוקט. 25און זײ האָבן גענומען אין זײער האַנט פֿון דער פֿרוכט פֿון לאַנד, און אַראָפּגעבראַכט צו אונדז; און זײ האָבן אונדז געבראַכט אַן ענטפֿער און געזאָגט: גוט איז דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקינו גיט אונדז. 26אָבער איר האָט נישט געװאָלט אַרױפֿגײן, און האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון ה׳ אלוקיכם. 27און איר האָט געמורמלט אין אײַערע געצעלטן, און האָט געזאָגט: װײַל ה׳ האָט אונדז פֿײַנט, האָט ער אונדז אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון אֶמוֹרי, כּדי אונדז צו פֿאַרטיליקן.
28װוּהין גײען מיר אַרױף? אונדזערע ברידער האָבן געמאַכט צעגײן אונדזער האַרץ, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק איז גרעסער און העכער פֿון אונדז, די שטעט גרױסע און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל; און אױך זין פֿון די עַנָקים האָבן מיר דאָרטן געזען. 29און איך האָב צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט אײַך נישט שרעקן און נישט מורא האָבן פֿאַר זײ. 30ה׳ אלוקיכם װאָס גײט אײַך פֿאַרױס, ער װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך אין מִצרַיִם פֿאַר אײַערע אױגן, 31און אין דער מדבר, װוּ דו האָסט געזען, אַז ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געטראָגן, אַזױ װי אַ מאַן טראָגט זײַן קינד, דעם גאַנצן װעג װאָס איר זײַט געגאַנגען, ביז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט. 32און אין דער דאָזיקער זאַך גלױבט איר נישט ה׳ אלוקיכם, 33װאָס איז אײַך געגאַנגען פֿאַרױס אױפֿן װעג, אײַך אױסצוזוכן אַן אָרט פֿאַר אײַך צום לאַגערן: אין פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי אײַך צו װײַזן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן, און אין װאָלקן בײַ טאָג.
34און ה׳ האָט געהערט דעם קֹול פֿון אײַערע װערטער, און ער האָט געצערנט, און האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: 35אױב עמיצער פֿון די דאָזיקע לײַט, פֿון דעם דאָזיקן שלעכטן דור, װעט אָנזען דאָס גוטע לאַנד, װאָס איך האָב געשװאָרן צו געבן אײַערע עלטערן! 36אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן; ער װעט עס זען, און צו אים װעל איך געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט געטרעטן דערױף, און צו זײַנע קינדער; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳. 37אױך אױף מיר האָט ה׳ געצערנט איבער אײַך, אַזױ צו זאָגן: דו אױך װעסט אַהין נישט קומען; 38יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, װאָס שטײט פֿאַר דיר, ער װעט אַהין קומען; אים שטאַרק, װאָרעם ער װעט עס מאַכן אַרבן יִשׂרָאֵל. 39און אײַערע קלײנע קינדער, װאָס איר האָט געזאָגט, זײ װעלן זײַן צו רױב, און אײַערע זין, װאָס פֿאַרשטײען נאָך הײַנט נישט גוטס אָדער שלעכטס, זײ װעלן אַהין קומען, און צו זײ װעל איך עס געבן, און זײ װעלן עס אַרבן. 40און איר פֿאַרקערט אײַך, און ציט צום מדבר, אױפֿן װעג פֿון ים-סוףֿ.
41האָט איר זיך אָפּגערופֿן, און האָט צו מיר געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט צו ה׳; מיר װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן מלחמה האַלטן, אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ אלוקינו האָט אונדז באַפֿױלן. און איר האָט אָנגעגורט איטלעכער זײַנע כּלי-מלחמה, און געהאַלטן פֿאַר גרינג אַרױפֿצוגײן אין דעם געבערג. 42און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: זאָג צו זײ: איר זאָלט נישט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן, װאָרעם איך בין נישט צװישן אײַך; כּדי איר זאָלט נישט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פֿײַנט. 43און איך האָב צו אײַך גערעדט, אָבער איר האָט נישט צוגעהערט, און איר האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון ה׳, און איר האָט געמוטװיליקט, און זײַט אַרױפֿגעגאַנגען אין דעם געבערג. 44איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אײַך דער אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין יענעם געבערג, און זײ האָבן אײַך נאָכגעיאָגט אַזױ װי די בינען טוען, און אײַך צעקלאַפּט אין שֵׂעִיר, ביז חָרמָה. 45און איר האָט זיך אומגעקערט, און איר האָט געװײנט פֿאַר ה׳, אָבער ה׳ האָט נישט צוגעהערט צו אײַער קֹול, און נישט גענײגט דאָס אױער צו אײַך. 46און איר זײַט געבליבן אין קָדֵש פֿיל טעג, לױט די טעג װאָס איר זײַט געבליבן.
Currently Selected:
דְבָֿרִים א: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025