דְבָֿרִים יח
יח
1די כּהנים פֿון לֵוִי, דער גאַנצער שבֿט לֵוִי, זאָלן נישט האָבן קײן חלק און קײן נחלה אין יִשׂרָאֵל; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳ און זײַן נחלה זאָלן זײ עסן. 2און זײ זאָלן נישט האָבן קײן נחלה צװישן זײערע ברידער; ה׳ איז זײער נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט.
3און דאָס זאָל זײַן דאָס רעכט פֿון די כּהנים, פֿון דעם פֿאָלק, פֿון די װאָס שלאַכטן אַ שלאַכטאָפּפֿער; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, זאָל מען געבן דעם כּהן די שולטער, און די קינבאַקן, און דעם מאָגן. 4דאָס ערשטע פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און דאָס ערשטע פֿון דער שערונג פֿון דײַנע שאָף, זאָלסטו אים געבן.
5װאָרעם אים האָט ה׳ דײַן ג-ט אױסדערװײלט פֿון אַלע דײַנע שבֿטים, צו שטײן צו דינען אין נאָמען פֿון ג-ט, ער און זײַנע קינדער אַלע טעג.
6און אַז אַ לֵוִי װיל קומען פֿון אײנעם פֿון דײַנע טױערן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, װאָס ער װױנט דאָרטן, זאָל ער קומען װיפֿל זײַן האַרץ געלוסט, צו דעם אָרט װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן. 7און ער זאָל דינען אין נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט אַזױ װי אַלע זײַנע ברידער די לוִיִים װאָס שטײען דאָרטן פֿאַר ג-ט. 8גלײַכע חלקים זאָלן זײ עסן, אַחוץ װאָס אים װערט געגעבן לױט די פֿאָטערהײַזער.
9אַז דו קומסט אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו זיך נישט אָפּלערנען צו טאָן אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון יענע פֿעלקער. 10עס זאָל זיך נישט געפֿינען בײַ דיר אײנער װאָס מאַכט דורכגײן זײַן זון אָדער זײַן טאָכטער דורכן פֿײַער, אַ װאָרזאָגער פֿון װאָרזאָגענישן, אַ צײכנזעער, אָדער אַ טרעפֿער, אָדער אַ מכשף, 11אָדער אַ צױבערשפּרעכער, אָדער אײנער װאָס פֿרעגט בײַ אַ גײַסט אָדער אַ רוח, אָדער אַ פֿאָרשער בײַ טױטע. 12װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ג-ט איז יעטװעדער װאָס טוט דאָס, און פֿון װעגן די דאָזיקע אומװערדיקײטן פֿאַרטרײַבט זײ ה׳ דײַן ג-ט פֿון פֿאַר דיר. 13גאַנץ זאָלסטו אױפֿריכטיג זײַן מיט ה׳ דײַן ג-ט. 14װאָרעם די דאָזיקע פֿעלקער װאָס דו ירשעסט זײ, הערן זיך צו צו צײכנזעערס, און צו װאָרזאָגערס, אָבער דו – נישט אַזױ-װאָס האָט דיר געגעבן ה׳ דײַן ג-ט. 15אַ נבֿיא פֿון צװישן דיר, פֿון דײַנע ברידער, אַזאַ װי איך, װעט דיר אױפֿשטעלן ה׳ דײַן ג-ט; צו אים זאָלט איר זיך צוהערן.
16גענױ אַזױ װי דו האָסט פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך נישט הערן װידער דעם קֹול פֿון ה׳ מײַן ג-ט, לאָמיך נישט זען מער דאָס דאָזיקע גרױסע פֿײַער, כּדי איך זאָל נישט שטאַרבן. 17און ה׳ האָט געזאָגט צו מיר: גוט איז װאָס זײ האָבן גערעדט. 18אַ נבֿיא װעל איך זײ אױפֿשטעלן פֿון צװישן זײערע ברידער, אַזאַ װי דו, און איך װעל אַרײַנגעבן מײַנע װערטער אין זײַן מױל, און ער װעט רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל אים באַפֿעלן. 19און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט נישט צוהערן צו מײַנע װערטער װאָס ער װעט רעדן אין מײַן נאָמען, װעל איך אױפֿמאָנען פֿון אים. 20אָבער דער נבֿיא װאָס װעט מוטװיליקן צו רעדן אין מײַן נאָמען אַ װאָרט װאָס איך האָב אים נישט באַפֿױלן צו רעדן, אָדער דער װאָס װעט רעדן אין נאָמען פֿון פֿרעמדע ג‑טער, יענער נבֿיא זאָל שטאַרבן. 21און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: װי אַזױ װעלן מיר דערקענען דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט עס נישט גערעדט? 22אַז דער נבֿיא װעט רעדן אין נאָמען פֿון ה׳, און דאָס װאָרט װעט נישט געשען און נישט אָנקומען, איז דאָס אַ װאָרט װאָס ה׳ האָט עס נישט גערעדט; מיט מוטװיליקײט האָט עס דער נבֿיא גערעדט; זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר אים.
Currently Selected:
דְבָֿרִים יח: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025