YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא יז

יז
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן:
3יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל װאָס װעט שעכטן אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אין לאַגער, אָדער װאָס װעט שעכטן אױסן לאַגער, 4און צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד האָט ער עס נישט געבראַכט, מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אַ קָרבָּן צו ה׳, פֿאַרן מישכּן פֿון ה׳, זאָל עס װי בלוט גערעכנט װערן יענעם מאַן; בלוט האָט ער פֿאַרגאָסן; און יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן {כרת}#17‏.4 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. 5כּדי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן ברענגען זײערע שלאַכטאָפּפֿער, װאָס זײ שלאַכטן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד – זײ זאָלן זי ברענגען צו ה׳, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כּהן, און זײ שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} צו ה׳. 6און דער כּהן זאָל שפּרענגען#17‏.6 זען יְשַעְיָה 52‏.15. דאָס בלוט אױפֿן מזבח פֿון ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דעמפֿן דאָס פֿעטס פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 7און זײ זאָלן מער נישט שלאַכטן זײערע שלאַכטאָפּפֿער צו די שדים, װאָס זײ זײַנען פֿאַרפֿירט נאָך זײ. אַן אײביק געזעץ זאָל דאָס זײ זײַן אױף זײערע דור-דורות.
8און זאָלסט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס װעט זיך אױפֿהאַלטן צװישן זײ, װאָס װעט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, 9און צום אוֹהל-מוֹעד װעט ער עס נישט ברענגען, דאָס צו מאַכן צו ה׳, יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן {כרת}#17‏.9 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון זײַן פֿאָלק.
10און יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װאָס װעט עסן װאָסער עס איז בלוט, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן דעם מענטשן װאָס עסט דאָס בלוט, און איך װעל אים אָפּגעשניטן {כרת}#דָניאֵל 9‏.26 פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. 11װאָרעם דאָס נפֿש#יְשַעְיָה 53‏.11 פֿון דעם פֿלײש איז אין דעם בלוט, און איך האָב עס אײַך געגעבן אױפֿן מזבח מכַפּר צו זײַן פֿאַר אײַערע נפֿשות; װאָרעם עס איז דאָס בלוט װאָס איז מכַפּר פֿאַר דעם נפֿש#17‏.11 זינדיקער נײטיק בלוט כפּרות. עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד, ה׳ס לאַם װאָס װערט צו דער בלוטיק שחיטה געפֿירט. יְשַעְיָה 53‏.7; ברֵאשִית 3‏.21‏; 4‏.4. . 12דערום זאָג איך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: קײן נפֿש פֿון אײַך זאָל נישט עסן בלוט; אױך דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך, זאָל נישט עסן בלוט.
13און יעטװעדער מאַן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װאָס װעט פֿאַנגען אַ געפֿאַנג פֿון אַ חיה אָדער אַ פֿױגל װאָס מעג געגעסן װערן, זאָל אױסגיסן זײַן בלוט, און עס צודעקן מיט ערד. 14װאָרעם דאָס לעבן פֿון יעטװעדער פֿלײש – זײַן בלוט דאָס איז זײַן לעבן; דערום זאָג איך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: דאָס בלוט פֿון קײן פֿלײש זאָלט איר נישט עסן, װאָרעם דאָס לעבן פֿון יעטװעדער פֿלײש דאָס איז זײַן בלוט; איטלעכער װאָס עסט עס, זאָל פֿאַרשניטן {כרת}#17‏.14 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן. 15און יעטװעדער מענטש װאָס װעט עסן געפֿאַלנס אָדער פֿאַרצוקטס, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,#17‏.15 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און װערן רײן. 16און אױב ער װעט זײ נישט װאַשן, און זײַן לײַב נישט באָדן, װעט ער טראָגן זײַן זינד.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in