וַיִּקְרָא טו
טו
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 2רעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן, אַז ער װעט זײַן פֿלוסיק פֿון זײַן לײַב, איז זײַן פֿליסונג אומרײן. 3און דאָס זאָל זײַן זײַן אומרײנקײט אין זײַן פֿליסונג: סײַ זײַן לײַב רינט מיט זײַן פֿליסונג, סײַ זײַן לײַב איז פֿאַרשטאָפּט פֿון זײַן פֿליסונג, איז דאָס זײַן אומרײנקײט. 4איטלעך געלעגער װאָס דער פֿלוסיקער װעט דערױף ליגן, זאָל זײַן אומרײן, און איטלעכע זאַך װאָס ער װעט דערױף זיצן, זאָל זײַן אומרײן. 5און אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.5 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 6און דער װאָס זיצט אױף אַ זאַך װאָס דער פֿלוסיקער איז דערױף געזעסן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.6 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 7און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם לײַב פֿון פֿלוסיקן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.7 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 8און אַז דער פֿלוסיקער װעט אַרױפֿשפּײַען אױף אַ רײנעם, זאָל יענער װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.8 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 9און יעטװעדער רײַטזאַך װאָס דער פֿלוסיקער װעט רײַטן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. 10און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן װאָס נאָר עס איז געװען אונטער אים, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט עס, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.10 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 11און איטלעכער װאָס ער װעט אָנרירן װאָס האָט אַ פֿלוסיקן, און ער האָט נישט אָפּגעװאַשן זײַנע הענט אין װאַסער, זאָל ער טובל זײַן זײַנע קלײדער, און זיך טובלען אין װאַסער,#15.11 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן טאַמע ביזן אָװנט.
12און אַ לײמענע כּלי װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן איר אָנרירן, זאָל צעבראָכן װערן; און יעטװעדער הילצערנע כּלי זאָל אָפּגעשװענקט װערן אין װאַסער.
13און אַז דער פֿלוסיקער װעט רײן װערן פֿון זײַן פֿליסונג, זאָל ער זיך צײלן זיבן טעג פֿון זײַן רײן װערן, און װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין לעבעדיקע װאַסער,#15.13 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן רײן. 14און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און ער זאָל קומען פֿאַר ה׳ צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ געבן צום כּהן. 15און דער כּהן זאָל זײ מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר ה׳ פֿון װעגן זײַן פֿליסונג.
16און אַ מאַן, אַז פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל ער באָדן אין װאַסער#15.16 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 זײַן גאַנצן לײַב, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 17און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער פֿעל, װאָס דערױף װעט זײַן פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל געװאַשן װערן אין װאַסער,#15.17 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 18און אַ פֿרױ, אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זאָלן זײ זיך באָדן אין װאַסער,#15.18 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט.
19און אַ פֿרױ, אַז זי װעט זײַן פֿלוסיק – בלוט װעט זײַן איר פֿליסונג פֿון איר לײַב – זאָל זי זיבן טעג זײַן אין איר אָפּזונדערונג, און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן איר אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 20און אַלץ װאָס זי װעט ליגן דערױף אין איר אָפּזונדערונג, זאָל זײַן אומרײן; און אַלץ װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. 21און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן איר געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.21 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 22און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן עפּעס אַ זאַך װאָס זי זיצט דערױף, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.22 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 23אַפֿילו אױב ער איז אױף דעם געלעגער אָדער אױף דער זאַך װאָס זי זיצט דערױף, װען ער רירט זיך אָן דעם אָן, זאָל ער נאָר זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 24און אױב ליגן װעט ליגן מיט איר אַ מאַן, און איר אומרײניקײט װעט זײַן אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן זיבן טעג, און איטלעך געלעגער װאָס ער װעט ליגן דערױף, זאָל זײַן אומרײן.
25און אַ פֿרױ, אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג, נישט אין דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, אָדער זי װעט זײַן פֿלוסיק איבער דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער פֿליסונג זײַן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז אומרײן. 26איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון איר פֿליסונג, זאָל איר זײַן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג. 27און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער,#15.27 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 28און אַז זי װערט רײן פֿון איר פֿליסונג, זאָל זי זיך צײלן זיבן טעג, און דערנאָך זאָל זי זײַן רײן. 29און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זי זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און זײ ברענגען צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 30און דער כּהן זאָל מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר פֿאַר ה׳ פֿון װעגן איר אומרײנער פֿליסונג.
31און איר זאָלט אָפּשײדן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײער אומרײנקײט, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן דורך זײער אומרײנקײט, אַז זײ װעלן פֿאַראומרײניקן מײַן מישכּן װאָס צװישן זײ.
32דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿלוסיקן, און פֿון דעם װאָס פֿון אים גײט אַרױס אַ פֿלוס פֿון זאָמען, צו װערן אומרײן דורך דעם; 33און פֿון דער קראַנקער אין איר אָפּזונדערונג, און פֿון דעם װאָס איז פֿלוסיק מיט אַ פֿליסונג, סײַ אַ מאַנספּאַרשױן, און סײַ אַ פֿרױ; און פֿון אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַן אומרײנער.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא טו: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel