וַיִּקְרָא יד
יד
מצוֹרע
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2דאָס זאָל זײַן דער דין פֿון מצוֹרע אין טאָג פֿון זײַן רײניקונג: ער זאָל געבראַכט װערן צום כּהן. 3און דער כּהן זאָל אַרױסגײן אױסן לאַגער, און אַז דער כּהן װעט זען, ערשט די פּלאָג פֿון צרעת איז פֿאַרהײלט {רפא}#יְשַעְיָה 53.5 אױפֿן מצוֹרע, 4זאָל דער כּהן הײסן מע זאָל נעמען פֿאַר דעם װאָס רײניקט זיך צװײ לעבעדיקע רײנע פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און רױטער פֿאָדעם, און אֵזוֹבֿ-גראָז. 5און דער כּהן זאָל הײסן מע זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. 6דעם לעבעדיקן פֿױגל, אים זאָל ער נעמען, און דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס רױטער פֿאָדעם, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען זײ און דעם לעבעדיקן פֿױגל אין דעם בלוט פֿון דעם פֿױגל װאָס איז געשאָכטן געװאָרן איבערן לעבעדיקן װאַסער. 7און ער זאָל שפּריצן#יְשַעְיָה 52.15 אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון דער צרעת, זיבן מאָל, און אים מאַכן רײן; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױפֿן פֿרײַען פֿעלד. 8און דער װאָס רײניקט זיך, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, און זיך באָדן אין װאַסער,#14.8 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 און װערן רײן; און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער, אָבער ער זאָל זיצן דרױסן פֿון זײַן געצעלט זיבן טעג. 9און עס זאָל זײַן אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, זײַן קאָפּ, און זײַן באָרד, און די ברעמען פֿון זײַנע אױגן – זײַנע גאַנצע האָר זאָל ער אָפּגאָלן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן#מְלָכִים ב 5.14; ברֵאשִית 1.10 זײַן לײַב אין װאַסער,#14.9 זען הערה ברֵאשִית 9.12 און זײַן רײן.#14.9 װײַל די װאַסערן פֿון דער מקװה זענען געגלױבט צו סימבאָליזירן די װאַסערן פֿון די טראַכט, די װאָס זענען אַרױס פֿון יענע װאַסערן נאָך זײ זענען געטובלט געװען גערעכנט װי געבױרן װידער. 10און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער נעמען צװײ שעפּסן אָן אַ פֿעלער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, פֿאַרמישט מיט אײל, און אײן לוֹג אײל. 11און דער כּהן װאָס רײניקט#14.11 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד., זאָל אַװעקשטעלן דעם מאַן װאָס רײניקט זיך, און זײ, פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 12און דער כּהן זאָל נעמען אײן שעפּס און אים ברענגען פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}#יְשַעְיָה 53.10 מיט דעם לוֹג אײל, און ער זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 13און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, אין אַ הײליקן אָרט; װאָרעם אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איז דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}#יְשַעְיָה 53.10 פֿאַרן כּהן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 14און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},#יְשַעְיָה 53.10 און דער כּהן זאָל אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס.
15און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם לוֹג אײל, און אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כּהן. 16און דער כּהן זאָל אײַנטונקען זײַן רעכטן פֿינגער אין דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, און שפּריצן פֿון דעם אײל מיט זײַן פֿינגער זיבן מאָל פֿאַר ה׳. 17און פֿון דעם רעשט אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך זאָל דער כּהן אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס, איבערן בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.#יְשַעְיָה 53.10 18און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר ה׳. 19און דער כּהן זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון זײַן אומרײניקײט; און דערנאָך זאָל ער שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 20און דער כּהן זאָל אױסברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אױפֿן מזבח; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און ער װעט זײַן רײן.
21און אױב ער איז אָרים, און זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט, זאָל ער נעמען אײן שעפּס, אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},#יְשַעְיָה 53.10 פֿאַר אַן אױפֿהײבונג, מכַפּר צו זײַן אױף אים, און אײן צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און אַ לוֹג אײל; 22און צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, לױט װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײנע זאָל זײַן אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 23און ער זאָל זײ ברענגען אױפֿן אַכטן טאָג פֿון זײַן רײניקונג צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר ה׳. 24און דער כּהן זאָל נעמען דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},#יְשַעְיָה 53.10 און דעם לוֹג אײל, און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 25און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס#יְשַעְיָה 53.7 פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם};#יְשַעְיָה 53.10 און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס. 26און פֿון דעם אײל זאָל דער כּהן אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כּהן. 27און דער כּהן זאָל שפּריצן מיט זײַן רעכטן פֿינגער פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, זיבן מאָל פֿאַר ה׳. 28און דער כּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס, אין דעם אָרט פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.#יְשַעְיָה 53.10 29און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, מכַפּר צו זײַן אױף אים פֿאַר ה׳. 30און ער זאָל מאַכן אײנע פֿון די טורטלטױבן, אָדער פֿון די יונגע טױבן – פֿון װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; 31אַזױ װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט – אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, מיט דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿאַר ה׳.
32דאָס איז דער דין פֿון דעם װאָס אױף אים איז די פּלאָג פֿון צרעת, װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט בײַ זײַן רײניקונג.
33און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
34אַז איר װעט קומען אין לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב אײַך צום אײגנטום, און איך װעל ברענגען אַ פּלאָג פֿון צרעת אין אַ הױז פֿון דעם לאַנד פֿון אײַער אײגנטום, 35זאָל קומען דער װאָס דאָס הױז געהערט צו אים, און ער זאָל דערצײלן דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי אַן אױסשלאָג װײַזט מיר אױס אין הױז. 36און דער כּהן זאָל הײסן מע זאָל אױסראַמען דאָס הױז אײדער דער כּהן װעט קומען באַקוקן דעם אױסשלאָג, כּדי אַלץ װאָס אין הױז זאָל נישט װערן אומרײן; און דערנאָך זאָל דער כּהן קומען באַקוקן דאָס הױז. 37און אַז ער װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג,#14.37 זײט געהארכזאם צו אײַערע בַית הכנסיות מנהיגים און אונטערטעניקט זיך צו זײ; װאָרעם זײ װאַכן איבער אײַערע זעלן, װי זײ װאָלטן געהאַט אפצוגעבן אַ חֶשבוֹן; כּדי זײ זאָלן דאָס טאָן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאָס דאָזיקע איז פֿאַר אײך אָן אַ נוצן. ערשט דער אױסשלאָג אױף די װענט פֿון הױז איז גרינלעכע און רױטלעכע, און זײער אױסזען איז טיפֿער װי דער אויבערפֿלאַך פֿון דער װאַנט, 38זאָל דער כּהן אַרױסגײן פֿון הױז אין אײַנגאַנג פֿון הױז, און פֿאַרשליסן דאָס הױז אױף זיבן טעג. 39און דער כּהן זאָל צוריקקומען אױפֿן זיבעטן טאָג, און אַז ער װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף די װענט פֿון הױז, 40זאָל דער כּהן הײסן מע זאָל אַרױסנעמען די שטײנער װאָס אױף זײ איז דער אױסשלאָג, און מע זאָל זײ אַװעקװאַרפֿן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 41און דאָס הױז זאָל ער לאָזן אַרומהאַקן פֿון אינעװײניק רונד אַרום, און די לײם װאָס מע האַקט אױס, זאָל מען אױסשיטן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 42און מע זאָל נעמען אַנדערע שטײנער, און אַרײַנשטעלן אױף דעם אָרט#14.42 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. פֿון יענע שטײנער, און מע זאָל נעמען אַנדערע לײם, און פֿאַרקלעפּן דאָס הױז. 43און אױב דער אױסשלאָג װעט װידער אױסברעכן אין הױז נאָכדעם װי מע האָט אַרױסגענומען די שטײנער, און נאָכן אַרומהאַקן דאָס הױז, און נאָכן פֿאַרקלעפּן, 44און דער כּהן װעט קומען און זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין הױז, איז דאָס אַן עסיקע צרעת אין הױז; אומרײן איז דאָס. 45און מע זאָל צעברעכן דאָס הױז, זײַנע שטײנער, און זײַן האָלץ, און די גאַנצע לײם פֿון הױז, און אַרױסטראָגן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. 46און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז אַלע טעג װאָס מע האַלט עס אָפּגעשלאָסן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. 47און דער װאָס ליגט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס עסט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער. 48און אױב קומען װעט קומען דער כּהן און װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אין הױז נאָכן פֿאַרקלעפּן דאָס הױז, זאָל דער כּהן מאַכן דאָס הױז פֿאַר רײן, װאָרעם דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרהײלט {רפא}#יְשַעְיָה 53.5. 49און ער זאָל נעמען אױף צו רײניקן דאָס הױז, צװײ פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און רױטער פֿאָדעם, און אֵזוֹבֿ-גראָז. 50און ער זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. 51און ער זאָל נעמען דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און דאָס רױטער פֿאָדעם, און דעם לעבעדיקן פֿױגל, און ער זאָל זײ אײַנטונקען אינעם בלוט פֿון דעם געשאָכטענעם פֿױגל, און אינעם לעבעדיקן װאַסער, און שפּריצן#יְשַעְיָה 52.15 אױפֿן הױז זיבן מאָל. 52און ער זאָל רײניקן דאָס הױז מיטן בלוט פֿון דעם פֿױגל, און מיטן לעבעדיקן װאַסער, און מיטן לעבעדיקן פֿױגל, און מיטן צעדערהאָלץ, און מיטן אֵזוֹבֿ-גראָז, און מיטן רױטער פֿאָדעם. 53און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױסן שטאָט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד; און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן הױז, און עס װעט זײַן רײן.
54דאָס איז דער דין פֿאַר יעטװעדער פּלאָג פֿון צרעת, און פֿאַר שלעכטע קרעץ, 55און פֿאַר צרעת פֿון אַ בגד, און פֿאַר אַ הױז, 56און פֿאַר אַ געשװילעכץ, און פֿאַר אַ גרינד, און פֿאַר אַ פֿלעק; 57כּדי צו לערנען װען עס איז אומרײן, און װען עס איז רײן. דאָס איז דער דין פֿון צרעת.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא יד: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel

: