וַיִּקְרָא יג
יג
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2אַ מענטש, אַז אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב װעט זײַן אַ געשװילעכץ, אָדער אַ גרינד, אָדער אַ פֿלעק, און װעט װערן אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב װי אַן אױסשלאָג פֿון צרעת, זאָל ער געבראַכט װערן צו אַהרֹן דעם כּהן, אָדער צו אײנעם פֿון זײַנע קינדער די כּהנים. 3און דער כּהן זאָל באַקוקן דעם אױסשלאָג אױף דער הױט פֿון לײַב, און אױב די האָר אױפֿן אױסשלאָג איז געװאָרן װײַס, און דאָס אױסזען פֿון דעם אױסשלאָג איז טיפֿער פֿון דער הױט, איז דאָס די פּלאָג פֿון צרעת; און אַז דער כּהן װעט אים זען, זאָל ער אים מאַכן פֿאַר אומרײן. 4אױב אָבער דאָס איז אַ װײַסער פֿלעק אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב, און זײַן אױסזען איז נישט טיפֿער פֿון דער הױט, און די האָר אױף אים איז נישט געװאָרן װײַס, זאָל דער כּהן אײַנשליסן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג אױף זיבן טעג. 5און אַז דער כּהן װעט אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט דער אױסשלאָג איז געבליבן בײַ זײַן אױסזען, דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כּהן אײַנשליסן אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. 6און אַז דער כּהן װעט אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג אַ צװײט מאָל, ערשט דער אױסשלאָג איז מאַט, און דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כּהן מאַכן פֿאַר רײן; אַ גרינד איז דאָס; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן רײן. 7אױב אָבער שפּרײטן װעט זיך פֿאַרשפּרײטן דער גרינד אױף דער הױט נאָכדעם װי ער האָט זיך געװיזן צום כּהן פֿאַר זײַן רײניקונג, זאָל ער זיך װײַזן צום כּהן אַ צװײט מאָל. 8און אַז דער כּהן װעט זען, ערשט דער גרינד האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל דער כּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; צרעת איז דאָס.
9אַז די פּלאָג פֿון צרעת װעט זײַן אױף אַ מענטשן, זאָל ער געבראַכט װערן צום כּהן. 10און אַז דער כּהן װעט זען, ערשט אַ װײַסע געשװילעכץ איז אױף דער הױט, און זי האָט פֿאַרקערט די האָר אין װײַס, און אַן אָנװוּקס פֿון װילדפֿלײש איז אױף דער געשװילעכץ, 11איז דאָס אַן אַלטע צרעת אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב, און דער כּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר אומרײן; ער דאַרף אים נישט אײַנשליסן, װאָרעם ער איז אומרײן. 12און אױב אױסברעכן װעט אױסברעכן די צרעת אױף דער הױט, און די צרעת װעט באַדעקן די גאַנצע הױט פֿון דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, װוּ נאָר די אױגן פֿון כּהן גיבן אַ קוק, 13איז, אַז דער כּהן װעט זען, ערשט די צרעת האָט באַדעקט זײַן גאַנצן לײַב, זאָל ער מאַכן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿאַר רײן; ער איז אין גאַנצן געװאָרן װײַס, איז ער רײן. 14אָבער דעם טאָג װאָס עס באַװײַזט זיך אױף אים װילדפֿלײש, זאָל ער װערן אומרײן. 15און אַז דער כּהן װעט זען דאָס װילדפֿלײש, זאָל ער אים מאַכן פֿאַר אומרײן; װילדפֿלײש דאָס איז אומרײן; צרעת איז דאָס. 16אױב אָבער דאָס װילדפֿלײש װעט װידער װערן װײַס, זאָל ער קומען צום כּהן. 17און אַז דער כּהן װעט אים באַקוקן, ערשט דער אױסשלאָג איז געװאָרן װײַס, זאָל דער כּהן מאַכן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג, פֿאַר רײן; ער איז רײן.
18און אַ לײַב, אַז בײַ אים אױף זײַן הױט װעט זײַן אַן אױסשיט, און ער װעט פֿאַרהײלט {רפא}#יְשַעְיָה 53.5, 19און אױף דעם אָרט פֿון דעם אױסשיט װעט װערן אַ װײַסע געשװילעכץ, אָדער אַ רױטלעך װײַסער פֿלעק, זאָל ער באַװיזן װערן צום כּהן. 20און אַז דער כּהן װעט זען, ערשט דאָס אױסזען דערפֿון איז נידעריקער פֿון דער הױט, און די האָר דערױף איז געװאָרן װײַס, זאָל דער כּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס, װאָס האָט אױסגעבראָכן אױף דעם אױסשיט. 21און אַז דער כּהן װעט עס באַקוקן, ערשט װײַסע האָר איז דערױף נישטאָ, און עס איז נישט נידעריקער פֿון דער הױט, און עס איז מאַט, זאָל אים דער כּהן אײַנשליסן אױף זיבן טעג. 22אױב אָבער שפּרײטן װעט עס זיך פֿאַרשפּרײטן אױף דער הױט, זאָל דער כּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג איז דאָס. 23און אױב דער פֿלעק שטײט אױף זײַן אָרט, ער האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט, איז דאָס דער צײכן פֿון דעם אױסשיט, און דער כּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן.
24אָדער אַ לײַב, אַז אױף זײַן הױט װעט זײַן אַ ברען פֿון פֿײַער, און דער אָנװוּקס פֿון דעם ברען װעט װערן אַ רױטלעך װײַסער אָדער אַ װײַסער פֿלעק, 25און דער כּהן װעט עס באַקוקן, ערשט די האָר אױף דעם פֿלעק איז געװאָרן װײַס, און דאָס אױסזען דערפֿון איז טיפֿער פֿון דער הױט, איז דאָס אַ צרעת װאָס האָט אױסגעבראָכן אױפֿן ברען, און דער כּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס. 26אױב אָבער דער כּהן װעט עס באַקוקן, ערשט װײַסע האָר איז אױפֿן פֿלעק נישטאָ, און עס איז נישט נידעריקער פֿון דער הױט, און עס איז מאַט, זאָל אים דער כּהן אײַנשליסן אױף זיבן טעג. 27און דער כּהן זאָל אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג; אױב שפּרײטן האָט עס זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כּהן מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס. 28אױב אָבער דער פֿלעק שטײט אױף זײַן אָרט, עס האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, און עס איז מאַט, איז דאָס אַ געשװילעכץ פֿון דעם ברען, און דער כּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן; װאָרעם דער צײכן פֿון דעם ברען איז דאָס.
29און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז בײַ זײ װעט זײַן אַן אױסשלאָג אױפֿן קאָפּ אָדער אין באָרד, 30און דער כּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, ערשט דאָס אױסזען דערפֿון איז טיפֿער פֿון דער הױט, און דערױף איז געלע דינע האָר, זאָל דער כּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; שלעכטע קרעץ איז דאָס, צרעת פֿון קאָפּ אָדער פֿון באָרד איז דאָס. 31און אַז דער כּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג פֿון די שלעכטע קרעץ, ערשט זײַן אױסזען איז נישט טיפֿער פֿון דער הױט, און שװאַרצע האָר איז דערױף נישטאָ, זאָל דער כּהן אײַנשליסן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון די שלעכטע קרעץ, אױף זיבן טעג. 32און אַז דער כּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך נישט פֿאַרשפּרײט, און געלע האָר איז דערױף נישטאָ, און דאָס אױסזען פֿון די שלעכטע קרעץ איז נישט טיפֿער פֿון דער הױט, 33זאָל ער זיך אָפּגאָלן, און די שלעכטע קרעץ זאָל ער נישט אָפּגאָלן; און דער כּהן זאָל אײַנשליסן דעם װאָס האָט די שלעכטע קרעץ אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. 34און אַז דער כּהן װעט באַקוקן די שלעכטע קרעץ אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך נישט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, און זײער אױסזען איז נישט טיפֿער פֿון דער הױט, זאָל אים דער כּהן מאַכן פֿאַר רײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן רײן. 35אױב אָבער שפּרײטן װעלן זיך פֿאַרשפּרײטן די שלעכטע קרעץ אױף דער הױט נאָך זײַן רײניקונג, 36און דער כּהן װעט אים באַקוקן, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, דאַרף דער כּהן נישט זוכן קײן געלע האָר: ער איז אומרײן. 37אױב אָבער די שלעכטע קרעץ זײַנען געבליבן בײַ זײער אױסזען, און שװאַרצע האָר איז אױסגעװאַקסן דערױף, זײַנען די שלעכטע קרעץ פֿאַרהײלט {רפא}#יְשַעְיָה 53.5; ער איז רײן, און דער כּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן. 38און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז אױף דער הױט פֿון זײער לײַב װעלן זײַן פֿלעקן, װײַסע פֿלעקן, 39און דער כּהן װעט אַ קוק טאָן, ערשט די פֿלעקן אױף דער הױט פֿון זײער לײַב זײַנען מאַט װײס, איז דאָס אַ לישאַי װאָס האָט אױסגעבראָכן אױף דער הױט; ער איז רײן.
40און אַ מאַן, אַז זײַן קאָפּ װעט אױסקריכן, האָט ער אַ פּליך; ער איז רײן. 41און אױב זײַן קאָפּ װעט אױסקריכן צו דער זײַט פֿון זײַן פּנים, האָט ער אַ פֿאָדערפּליך; ער איז רײן. 42אױב אָבער אױף דעם הינטערפּליך אָדער אױף דעם פֿאָדערפּליך װעט זײַן אַ רױטלעך װײַסער אױסשלאָג, איז דאָס אַ צרעת װאָס ברעכט אױס אױף זײַן פֿאָדערפּליך אָדער אױף זײַן הינטערפּליך. 43און אַז דער כּהן װעט אים באַקוקן, ערשט די געשװילעכץ פֿון דעם אױסשלאָג איז רױטלעך װײַס אױף זײַן הינטערפּליך אָדער אױף זײַן פֿאָדערפּליך, אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון צרעת אױף דער הױט פֿון לײַב, 44איז ער אַ מאַן אַ מצוֹרע; אומרײן איז ער; פֿאַר אומרײן זאָל אים מאַכן דער כּהן; ער האָט די פּלאָג אױף זײַן קאָפּ.
45און דער מצוֹרע װאָס די פּלאָג איז אױף אים, זײַנע קלײדער זאָלן זײַן צעריסן, און זײַן קאָפּ זאָל זײַן פֿאַרװאַקסן, און זײַן אױבערשטע ליפּ זאָל ער פֿאַרדעקן, און טמא! טמא! זאָל ער אױסרופֿן. 46אַלע טעג װאָס די פּלאָג איז אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן; אומרײן איז ער; אַלײן זאָל ער זיצן, אױסן לאַגער זאָל זײַן זײַן װױנונג.
47און אַז די פּלאָג פֿון צרעת װעט זײַן אין אַ בגד, אין אַ װאָלענעם בגד, אָדער אין אַ פֿלאַקסענעם בגד, 48אָדער אין גרונטװעב, אָדער אין דורכװאַרף, פֿון פֿלאַקס, צי פֿון װאָל, אָדער אין אַ פֿעל, אָדער אין װאָסער עס איז אַרבעט פֿון פֿעל; 49און דער אױסשלאָג װעט זײַן גרינלעך אָדער רױטלעך אין דעם בגד, אָדער אין דעם פֿעל, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, איז דאָס די פּלאָג פֿון צרעת, און עס זאָל באַװיזן װערן צום כּהן. 50און אַז דער כּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, זאָל ער אײַנשליסן דאָס װאָס האָט דעם אױסשלאָג, אױף זיבן טעג.
51און אַז ער װעט זען דעם אױסשלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג, אַז דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין דעם פֿעל – װאָס נאָר פֿאַר אַן אַרבעט עס איז געמאַכט פֿון פֿעל – איז דער אױסשלאָג אַן עסיקע צרעת; אומרײן איז ער. 52און מע זאָל פֿאַרברענען דעם בגד, אָדער דעם גרונטװעב, אָדער דעם דורכװאַרף, פֿון װאָל צי פֿון פֿלאַקס, אָדער װאָס נאָר פֿאַר אַ זאַך פֿון פֿעל װאָס דער אױסשלאָג װעט זײַן דערין; װאָרעם אַן עסיקע צרעת איז דאָס; אין פֿײַער מוז עס פֿאַרברענט װערן. 53אױב אָבער דער כּהן װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, 54זאָל דער כּהן הײסן מע זאָל װאַשן דאָס װאָס דער אױסשלאָג איז דערין, און ער זאָל עס אײַנשליסן אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. 55און אַז דער כּהן װעט זען, נאָכדעם װי מע האָט געװאַשן דעם אױסשלאָג, ערשט דער אױסשלאָג האָט נישט געביטן זײַן אָנבליק, הגם דער אױסשלאָג האָט זיך נישט פֿאַרשפּרײט, איז דאָס אומרײן; אין פֿײַער זאָלסטו עס פֿאַרברענען. אַן אױסעסונג איז דאָס, סײַ דאָס איז אױף דער לינקער זײַט, סײַ אױף דער רעכטער. 56און אױב דער כּהן װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג איז געװאָרן מאַט נאָכדעם װי מע האָט אים געװאַשן, זאָל ער אים אַראָפּרײַסן פֿון דעם בגד, אָדער פֿון דעם פֿעל, אָדער פֿון דעם גרונטװעב, אָדער פֿון דעם דורכװאַרף. 57און אױב ער װעט זיך װידער באַװײַזן אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל – ברעכט דאָס אױס; זאָלסטו אין פֿײַער פֿאַרברענען דאָס װאָס דער אױסשלאָג איז דערין. 58און דער בגד, אָדער דער גרונטװעב, אָדער דער דורכװאַרף, אָדער װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, װאָס דו װעסט װאַשן און דער אױסשלאָג װעט זיך אָפּטאָן דערפֿון, זאָל געװאַשן װערן אַ צװײט מאָל, און זײַן רײן.
59דאָס איז דער דין פֿון דער פּלאָג פֿון צרעת אין אַ בגד פֿון װאָל אָדער פֿלאַקס, אָדער אין גרונטװעב, אָדער אין דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, דאָס צו מאַכן פֿאַר רײן, אָדער דאָס צו מאַכן פֿאַר אומרײן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא יג: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel

: