YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לז

לז
1און בצַלאֵל האָט געמאַכט דעם אָרון פֿון שִטים-האָלץ, צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. 2און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 3און ער האָט אױסגעגאָסן צו אים פֿיר גילדערנע רינגען פֿאַר זײַנע פֿיר פֿיס; צװײ רינגען אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. 4און ער האָט געמאַכט שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד. 5און ער האָט אַרײַנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן דעם אָרון.
6און ער האָט געמאַכט אַ דעק {כַּפֹּרֶת} פֿון רײנעם גאָלד, צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. 7און ער האָט געמאַכט צװײ כּרובֿים פֿון גאָלד; געהאַמערט האָט ער זײ געמאַכט, אױף בײדע עקן פֿון דעק {כַּפֹּרֶת}: 8אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעק {כַּפֹּרֶת} גופֿא האָט ער געמאַכט די כּרובֿים אױף זײַנע בײדע עקן. 9און די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק {כַּפֹּרֶת}, מיט זײערע פּנימער אײנער קעגן אַנדערן; צום דעק {כַּפֹּרֶת} צו זײַנען געװען די פּנימער פֿון די כּרובֿים.
10און ער האָט געמאַכט דעם טיש {שֻׁלְחָן} פֿון שִטים-האָלץ, צװײ אײלן זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. 11און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד, און געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 12און ער האָט געמאַכט צו אים אַ לײַסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום, און געמאַכט אַ גילדערנעם קראַנץ צו זײַן לײַסט רונד אַרום. 13און ער האָט אױסגעגאָסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿגעטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף זײַנע פֿיר פֿיס. 14לעבן דעם לײַסט זײַנען געװען די רינגען, אױערן פֿאַר די שטאַנגען, צו טראָגן דעם טיש {שֻׁלְחָן}. 15און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד, צו טראָגן דעם טיש {שֻׁלְחָן}. 16און ער האָט געמאַכט די כּלים װאָס אױפֿן טיש {שֻׁלְחָן}, זײַנע שיסלען, און זײַנע שאָלן, און זײַנע בעכערס, און די קאַנען װאָס מיט זײ װערט געגאָסן, פֿון רײנעם גאָלד.
17און ער האָט געמאַכט די מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד: געהאַמערט האָט ער געמאַכט די מנוֹרה, איר פֿוסגעשטעל, און איר שטאַם; אירע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – זײַנען געװען פֿון איר גופֿא. 18און זעקס רערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון אירע זײַטן, דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן זײַט, און דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר צװײטער זײַט; 19דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ מיט אַ בלום אױף אײן רער, און דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ מיט אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער מנוֹרה. 20און אױף דער מנוֹרה אַלײן פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען; 21און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, פֿאַר די זעקס רערן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון איר. 22אירע קנעףּ און אירע רערן זײַנען געװען פֿון איר גופֿא, אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד. 23און ער האָט געמאַכט אירע זיבן רערלעך, און אירע צװענגלעך, און אירע אַשפֿענדלעך, פֿון רײנעם גאָלד. 24פֿון אַ צענטנער רײנעם גאָלד האָט ער זי געמאַכט מיט אַלע אירע כּלים.
25און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר װײַרעך, פֿון שִטים-האָלץ, אַן אײל זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, פֿירעקעכדיק, און צװײ אײלן זײַן הײך; פֿון אים גופֿא זײַנען געװען זײַנע הערנער. 26און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד, זײַן אײבערדעק, און זײַנע װענט רונד אַרום, און זײַנע הערנער; און ער האָט געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 27און צװײ גילדערנע רינגען האָט ער געמאַכט צו אים אונטער זײַן קראַנץ אױף זײַנע צװײ פֿלאַנקען – אױף זײַנע צװײ זײַטן, פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען, אים צו טראָגן אױף זײ. 28און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד.
29און ער האָט געמאַכט דאָס הײליקע אײל פֿון זאַלבונג, און דעם רײנעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט.

Currently Selected:

שְמוֹת לז: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in