YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לה

לה
וַיַקְהֵל
1און משה האָט אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: דאָס זײַנען די װערטער װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן זײ צו טאָן: 2זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל אײַך זײַן הײליק, אַ שַׁבָּת פֿון שַׁבָּתֹון צו ה׳; איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, זאָל געטײט װערן. 3איר זאָלט נישט אָנצינדן קײן פֿײַער אין אַלע אײַערע װױנערטער אין טאָג פֿון שבת.
4און משה האָט געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: 5נעמט אײַך אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} צו ה׳, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז װיליק זאָל זי ברענגען, די אָפּשײדונג פֿון ה׳, גאָלד, און זילבער, און קופּער; 6און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען און ציגנהאָר; 7און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַש-פֿעלן, און שִטים-האָלץ; 8און אײל פֿאַר דער לײַכטונג, און בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; 9און אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן. 10און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן אײַך זאָלן קומען און מאַכן אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: 11דעם מישכּן, זײַן געצעלט, און זײַן צודעק, זײַנע האָקן, און זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 12דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען, דעם דעק {כַּפֹּרֶת} און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; 13דעם טיש און זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט {לחם הפנים}; 14און די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע כּלים, און אירע רערלעך, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; 15און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך און זײַנע שטאַנגען, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; און דעם טירפֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון מישכּן; 16דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 17די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף; 18די פֿלעקלעך פֿון מישכּן, און די פֿלעקלעך פֿון הױף, און זײערע שטריק;
19די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.
20און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר משהן. 21און זײ זײַנען געקומען, איטלעכער אײנער װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן, און איטלעכער װאָס זײַן גײַסט האָט אים באַװיליקט; זײ האָבן געבראַכט די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳, פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און פֿאַר זײַן גאַנצן דינסט, און פֿאַר די הײליקע קלײדער. 22און עס זײַנען געקומען מענער מיט װײַבער, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק; זײ האָבן געבראַכט נאָזרינגען, און אױרינגען, און פֿינגערלעך, און האַלדזבענדער – אַלערלײ גילדערנע זאַכן; איטלעכער אײנער װאָס האָט אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿון גאָלד צו ה׳. 23און איטלעכער אײנער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר, און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַש-פֿעלן, האָט געבראַכט. 24איטלעכער װאָס האָט אָפּגעשײדט אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון זילבער און קופּער, האָט געבראַכט די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳; און איטלעכער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען שִטים-האָלץ פֿאַר אַלערלײ מלאָכות פֿון דער אַרבעט, האָט געבראַכט. 25און אַלע קלוגהאַרציקע װײַבער האָבן מיט זײערע הענט געשפּונען, און האָבן געבראַכט דאָס געשפּינס, די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען. 26און אַלע װײַבער װאָס זײער האַרץ האָט זײ געטריבן מיט חכמה, האָבן געשפּונען די ציגנהאָר. 27און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די אָניקלשטײנער, און די שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן; 28און די בשׂמים, און דאָס אײל, פֿאַר לײַכטונג, און פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן. 29די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געבראַכט פֿרײַװיליקע נדבֿות צו ה׳ – איטלעכער מאַן און פֿרױ װאָס זײער האַרץ האָט זײ באַװיליקט צו ברענגען פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן צו מאַכן.
30און משה האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: זעט, ה׳ האָט גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה. 31און ער האָט אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים, אין חכמה, אין פֿאַרשטאַנדיקײט, און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה; 32און אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 33און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער קונציקער מלאָכה. 34אױך צו לערנען אַנדערע האָט ער אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן, אים, און אָהליאָב דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן. 35ער האָט זײ אָנגעפֿילט מיט קלוגהאַרציקײט צו מאַכן יעטװעדער מלאָכה פֿונעם מײַנסטער, און פֿונעם קינצלער, און פֿונעם שטיקער אין בלאָער װאָל און אין פּורפּל, אין װערמילרױט און אין לײַנען און פֿונעם װעבער – פֿון די װאָס מאַכן אַלערלײ מלאָכות, און קינצלען אױס קונציקע זאַכן.

Currently Selected:

שְמוֹת לה: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in