YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת לד

לד
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: האַק דיר אױס צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און איך װעל אױפֿשרײַבן אױף די לוחות די װערטער װאָס זײַנען געװען אױף די ערשטע לוחות, װאָס דו האָסט צעבראָכן. 2און זײַ אָנגעברײט אין דער פֿרי, און גײ אַרױף אין דער פֿרי אױפֿן באַרג סינַי, און שטעל זיך פֿאַר מיר דאָרטן אױפֿן שפּיץ באַרג. 3און קײן מענטש זאָל נישט אַרױפֿגײן מיט דיר, און קײן מענטש זאָל אױך נישט געזען װערן אױפֿן גאַנצן באַרג; אַפֿילו די שאָף און די רינדער זאָלן זיך נישט פֿיטערן אַקעגן יענעם באַרג.
4האָט ער אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע; און משה האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג סינַי, אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט די צװײ שטײנערנע לוחות. 5און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן; און ער האָט זיך געשטעלט מיט אים דאָרטן; און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען ה׳. 6און ה׳ איז פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַר זײַן פּנים, און האָט אױסגערופֿן: ה׳, ה׳ איז אַ דערבאַרימדיקער און לײַטזעליקער אֵל, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן {אַף},#34‏.6 צאָרן {אַף}. ה׳ס שטורעמען צאָרן איז אַנטפּלעקט זיך פֿון הימל. און זײ האָבן אױפֿגעהױבן יונה, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים, און דער ים האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿון זײַן שטורעמען צאָרן. אַזױ איז משיח װעמען ה׳ האָט אַרױסגעשטעלט אַלס אַ כפורת אין זײַן בלוט צו זײַן באַקומען דורך אמוּנה. פֿון װעגן דעם יסורים פֿון משיחס נפֿש אין ה׳ס צאָרן װעט ה׳ זען און זײַן צאָרן זאַט װערן; דורך דערקענטעניש פֿון משיח צו זײַן באַקומען דורך אמוּנה װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן און זײערע צאָרן-אַרויסרופען זינד װעט ער טראָגן. יוֹנָה 1‏.15; יְשַעְיָה 53‏.11 און רײַך אין גענאָד {חֶסֶד} און װאָרהײט {אֱמֶת}; 7ער האַלט גענאָד ביזן טױזנטסטן גליד, ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן און חטאים, נאָר שענקען שענקט ער נישט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס, מיט די קינדער, און מיט די קינדסקינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור.
8האָט משה זיך גענײַגט אױף גיך צו דער ערד, און זיך געבוקט. 9און ער האָט געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, אֲדֹנָי, זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי גײן צװישן אונדז, װאָרום אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז דאָס; און זאָלסט פֿאַרגעבן אונדזער זינד און אונדזער חטא, און אונדז מאַכן פֿאַר דײַן אַרב.
10האָט ער געזאָגט: זע, איך פֿאַרשנײַדן {כרת}#34‏.10 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בונד {בְּרִית}; אַנטקעגן פֿאַר דײַן גאַנצן פֿאָלק װעל איך טאָן װוּנדער װאָס זײַנען נישט באַשאַפֿן געװאָרן אױף דער גאַנצער ערד, און צװישן אַלע אומות; און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס דו ביסט צװישן אים, װעט זען די טוּונג פֿון ה׳ װאָס איך טו מיט דיר, אַז זי איז פֿאָרכטיק. 11היט דיר װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט; זע, איך פֿאַרטרײַב פֿון פֿאַר דיר דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. 12היט זיך, זאָלסט נישט שליסן {כרת}#34‏.12 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית דעם באַװױנער פֿון דעם לאַנד װאָס דו קומסט דערױף, כּדי ער זאָל נישט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צװישן דיר. 13נײַערט זײערע מזבחות זאָלט איר צעשטױסן, און זײערע זײַלשטײנער זאָלט איר צעברעכן, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר אָפּהאַקן {כרת}.#34‏.13 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 14װאָרום טאָרסט זיך נישט בוקן צו אַן אַנדער ג-ט, װײַל ה׳ – זײַן נאָמען איז קַנָּא, אַן אֵל קַנֹּוא איז ער. 15טאָמער װעסטו שליסן {כרת}#34‏.15 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית די באַװױנער פֿון לאַנד, און זײ װעלן זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע ג-טער, און שלאַכטן צו זײערע ג-טער, װעלן זײ דיך רופֿן, און װעסט עסן פֿון זײער שלאַכטאָפּפֿער; 16און װעסט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר דײַנע זין, און זײערע טעכטער װעלן זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע ג-טער, און װעלן פֿאַרפֿירן דײַנע זין נאָך זײערע ג-טער. 17קײן געגאָסענע ג-טער זאָלסטו דיר נישט מאַכן.
18דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זאָלסטו היטן: זיבן טעג זאָלסטו עסן מַצות, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, אין דער געשטעלטער צײַט אין חוֹדש אָבֿיבֿ, װאָרום אין חוֹדש אָבֿיבֿ ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
19איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט געהערט צו מיר; און פֿון דײַן גאַנצן פֿיך זאָלסטו הײליקן דעם זָכר, דעם ערשטלינג פֿון אָקס און שעפּס.#יְשַעְיָה 53‏.7 20און דעם ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ שעפּס;#יְשַעְיָה 53‏.7 און אױב דו װעסט נישט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. יעטװעדער בכוֹר פֿון דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן. און מע זאָל זיך נישט װײַזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן.
21זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלסטו רוען; אַפֿילו אין אַקערצײַט און אין שניטצײַט זאָלסטו רוען.
22און דעם יוֹם-טובֿ פֿון שבֿועות זאָלסטו דיר מאַכן, בײַ די ערשטצײַטיקע פֿון װײצשניט; און דעם יוֹם-טובֿ פֿון אײַנזאַמלונג בײַם אומדרײ פֿון יאָר.
23דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר דעם האַר ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל. 24װאָרום איך װעל פֿאַריאָגן די פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר, און װעל דערברײטערן דײַן געמאַרק; און קײנער װעט נישט גלוסטן דײַן לאַנד, װען דו גײַסט אַרױף זיך װײַזן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט דרײַ מאָל אין יאָר.
25זאָלסט נישט מקריבֿ זײַן מיט חָמֵץ דאָס בלוט פֿון מײַן שלאַכטאָפּפֿער, און דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון דעם יוֹם-טובֿ פֿון פַּסֵח זאָל נישט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי.
26די ערשטע פֿרוּכט פֿון דײַן לאַנד זאָלסטו ברענגען אין הױז פֿון ה׳ דײַן ג-ט. זאָלסט נישט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.
27און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שרײַב דיר אױף די דאָזיקע װערטער, װאָרום לױט די דאָזיקע װערטער האָב איך פֿאַרשנײַדן {כרת}#34‏.27 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בונד {בְּרִית} מיט דיר און מיט יִשׂרָאֵל. 28און ער איז דאָרטן געװען מיט ה׳ פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָט ער נישט געטרונקען. און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם בְּרִית, די צען געבאָט.
29און עס איז געװען, אַז משה האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג סינַי – און די צװײ לוחות פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}#34‏.29 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח זײַנען געװען אין משהס האַנט, װען ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג – האָט משה נישט געװוּסט, אַז די הױט פֿון זײַן פּנים האָט געשטראַלט פֿון זײַן רעדן מיט אים. 30און אַהרן און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזען משהן, ערשט די הױט פֿון זײַן פּנים שטראַלט, און זײ האָבן מורא געהאַט צו גענענען צו אים. 31האָט זײ משה צוגערופֿן, און אַהרן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה#34‏.31 די עדה פֿון ה׳, װעלכעס איז די קהלה פֿון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זײַל און פֿונדאַמענט פונם אמת, װעלכעס די טויערן פֿון שְׁאֹול תחתית װעלן זי נישט בײַקומען; דאָס קהלה, דינענדיק ה׳ און אַלע כתבי הקודש, װעלכעס זענען אינספירירט פֿון ה׳ס גײַסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארױפצופירן אױפֿן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כּדי דער מענטש פֿון ג‑ט זאָל זײַן שלמותדיק, פֿעליק צוגעגרײט צו כּלערלײ מעשׂים טובים. האָבן זיך אומגעקערט צו אים, און משה האָט צו זײ גערעדט. 32און דערנאָך האָבן גענענט אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ באַפֿױלן אַלץ װאָס ה׳ האָט מיט אים גערעדט אױפֿן באַרג סינַי.
33און װי משה האָט געענדיקט רעדן מיט זײ, האָט ער אָנגעטאָן אױף זײַן פּנים אַ צודעק. 34און אַז משה איז געקומען פֿאַר ה׳ צו רעדן מיט אים, פֿלעגט ער אָפּטאָן דעם צודעק ביז זײַן אַרױסגײן; און ער פֿלעגט אַרױסגײן און רעדן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דאָס װאָס ער איז באַפֿױלן געװאָרן. 35און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿלעגן זען דעם פּנים פֿון משהן, אַז די הױט פֿון משהס פּנים שטראַלט; און משה פֿלעגט װידער אָנטאָן דעם צודעק אױף זײַן פּנים, ביז ער איז אַרײַנגעגאַנגען צו רעדן מיט אים.

Currently Selected:

שְמוֹת לד: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in