שְמוֹת יח
יח
יִתְרוֹ
1און יִתרוֹ דער פּריסטער פֿון מִדיָן, משהס שװער, האָט געהערט אַלץ װאָס אלֹקים האָט געטאָן צו משהן, און צו זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װי ה׳ האָט אַרױסגעצױגן יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם. 2האָט יִתרוֹ, משהס שװער, גענומען צִפּוֹרָה, משהס װײַב, נאָך דעם װי ער האָט זי געהאַט אַװעקגעשיקט, 3און אירע צװײ זין, װאָס דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען גֵרשוֹם, װײַל ער האָט געזאָגט: איך בין אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד, 4און דער נאָמען פֿון אַנדערן איז געװען אֶליעֶזֶר, װײַל: דער ג-ט פֿון מײַן פֿאָטער איז מיר געװען צו הילף, און ער האָט מיך מציל געװען פֿון פַּרעהס שװערד. 5און יִתרוֹ, משהס שװער, איז געקומען מיט זײַנע זין און זײַן װײַב צו משהן אין דעם מדבר װאָס ער האָט דאָרטן גערוט, בײַם באַרג פֿון האלֹקים. 6און ער האָט געלאָזט זאָגן משהן: איך דײַן שװער יִתרוֹ קום צו דיר, און דײַן װײַב, און אירע צװײ זין מיט איר.
7איז משה אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן זײַן שװער, און ער האָט זיך געבוקט, און האָט אים געקושט, און זײ האָבן אײנער דעם אַנדערן געפֿרעגט אױף פֿריד, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט. 8און משה האָט דערצײלט זײַן שװער אַלץ װאָס ה׳ האָט געטאָן צו פַּרעהן און צו מִצרַיִם פֿון װעגן יִשׂרָאֵל, אַל די מאַטערניש װאָס זײ האָט געטראָפֿן אױפֿן װעג, און װי ה׳ האָט זײ מציל געװען.
9האָט זיך יִתרוֹ געפֿרײט איבער אַלעם גוטן װאָס ה׳ האָט געטאָן צו יִשׂרָאֵל, װאָס ער האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם.
10און יִתרוֹ האָט געזאָגט: ברוך ה׳ װאָס האָט אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און פֿון דער האַנט פֿון פַּרעהן; װאָס ער האָט מציל געװען דאָס פֿאָלק פֿון אונטער דער האַנט פֿון מִצרַיִם. 11אַצונד װײס איך, אַז ה׳ איז גרעסער פֿון אַלע ג-טער, װאָרום דערפֿאַר װאָס זײ האָבן געמוטװיליקט איז דאָס געקומען אױף זײ.
12און יִתרוֹ, משהס שװער, האָט געבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און שלאַכטאָפּפֿער {זֶבַֿח} צו אלֹקים; און אַהרן און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען עסן ברױט מיט משהס שװער פֿאַר האלֹקים.
13און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט זיך משה געזעצט משפּטן דאָס פֿאָלק, און דאָס פֿאָלק איז געשטאַנען פֿאַר משהן פֿונעם פֿרימאָרגן ביזן אָװנט. 14האָט משהס שװער צוגעזען אַלץ װאָס ער טוט מיט דעם פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו טוסט מיט דעם פֿאָלק? פֿאַר װאָס זיצסט דו אַלײן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק שטײט פֿאַר דיר פֿון פֿרימאָרגן ביז אָװנט?
15האָט משה געזאָגט צו זײַן שװער: װײַל דאָס פֿאָלק קומט צו מיר פֿרעגן בײַ אלֹקים; 16אַז זײ האָבן אַ זאַך, קומט זי פֿאַר מיר, און איך משפּט צװישן אַ מאַן און צװישן זײַן חבֿר, און מאַך װיסן די געזעצן פֿון האלֹקים און זײַנע לערנונגען.
17האָט משהס שװער צו אים געזאָגט: נישט גוט איז די זאַך װאָס דו טוסט. 18מיד װעסטו מיד װערן, אי דו, אי דאָס דאָזיקע פֿאָלק װאָס מיט דיר, װײַל די זאַך איז צו שװער פֿאַר דיר; קענסט עס נישט טאָן אַלײן. 19אַצונד הער צו מײַן קֹול; איך װעל דיר אַן עצה געבן, און אלֹקים װעט זײַן מיט דיר: זײַ דו דעם פֿאָלק פֿאַר האלֹקים, און דו זאָלסט ברענגען די זאַכן צו האלֹקים. 20און זאָלסט זײ קלאָר מאַכן די געזעצן און די לערנונגען, און זײ מאַכן װיסן דעם װעג װאָס זײ זאָלן אין אים גײן, און די טוּונג װאָס זײ זאָלן טאָן. 21און דו זאָלסט זען פֿון גאַנצן פֿאָלק טױגלעכע מענטשן, יראי אלֹקים, אמתע מענטשן, װאָס האָבן פֿײַנט גײַציקײט, און זאָלסט זײ מאַכן איבער זײ פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, עלטסטע פֿון הונדערט, עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען. 22און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צײַט; און עס װעט זײַן, יעטװעדער גרױסע זאַך װעלן זײ ברענגען צו דיר, און יעטװעדער קלײנע זאַך װעלן זײ אַלײן משפּטן, און זײ װעלן דיר פֿאַרגרינגערן, און מיטטראָגן מיט דיר. 23אױב דו װעסט טאָן די דאָזיקע זאַך, און אלֹקים װעט דיר אַזױ הײסן, װעסטו קענען באַשטײן, און אױך דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק װעט גײן אַהײם אין שלום.
24האָט משה צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון זײַן שװער, און ער האָט געטאָן אַלץ װאָס ער האָט געזאָגט. 25און משה האָט אױסגעקליבן טױגלעכע מענטשן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און האָט זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט איבערן פֿאָלק, פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, עלטסטע פֿון הונדערט, עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען. 26און זײ האָבן געמשפּט דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צײַט; אַ שװערע זאַך האָבן זײ געבראַכט צו משהן, און יעטװעדער קלײנע זאַך האָבן זײ אַלײן געמשפּט.
27און משה האָט אַרױסבאַלײט זײַן שװער, און ער איז זיך אַװעקגעגאַנגען אין זײַן לאַנד.
Currently Selected:
שְמוֹת יח: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh