YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת יד

יד
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן זיך אומקערן, און רוען פֿאַר פּי-הַחירוֹת, צװישן מִגדוֹל און צװישן ים, פֿאַר בַעַל-צפֿון; אַקעגן אים זאָלט איר רוען בײַם ים. 3און פַּרעה װעט זאָגן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: זײ זײַנען צעטומלט אין לאַנד, דער מדבר האָט זײ אײַנגעשלאָסן. 4און איך װעל פֿעסט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און ער װעט זײ נאָכיאָגן; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, און די מִצרַיִם װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳. – און זײ האָבן אַזױ געטאָן.
5איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון מִצרַיִם, אַז דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן, און דאָס האַרץ פֿון פַּרעהן און פֿון זײַנע קנעכט איז פֿאַרקערט געװאָרן אַקעגן דעם פֿאָלק, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס האָבן מיר דאָ געטאָן, װאָס מיר האָבן אַװעקגעלאָזן יִשׂרָאֵל פֿון אונדז צו דינען?
6האָט ער אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און האָט גענומען מיט זיך זײַן פֿאָלק. 7און ער האָט מיטגענומען זעקס הונדערט געקליבענע רײַטװעגן, און אַלע רײַטװעגן פֿון מִצרַיִם, און עלטסטע איבער זײ אַלע. 8און ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט דאָס האַרץ פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט נאָכגעיאָגט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט. 9און די מִצרַיִם האָבן זײ נאָכגעיאָגט, אַלע פֿערד, די רײַטװעגן פֿון פַּרעהן, און זײַנע רײַטער, און זײַן חיל, און זײ האָבן זײ אָנגעיאָגט װי זײ האָבן גערוט בײַם ים, בײַ פּי-הַחירוֹת, פֿאַר בַעַל-צפֿון. 10און װי פַּרעה האָט זיך דערנענטערט, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, ערשט די מִצרַיִם ציען הינטער זײ, און זײ האָבן זײער מורא געהאַט; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳. 11און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: צי װײַל קײן קבֿרים זײַנען נישטאָ אין מִצרַיִם, האָסטו אונדז אַרױסגענומען צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז, אונדז אַרױסצוציען פֿון מִצרַיִם? 12איז דאָס נישט דאָס װאָרט װאָס מיר האָבן גערעדט צו דיר אין מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: טו זיך אָפּ פֿון אונדז, און לאָמיר דינען מִצרַיִם? װאָרום בעסער פֿאַר אונדז צו דינען מִצרַיִם, אײדער מיר זאָלן שטאַרבן אין דער מדבר. 13האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן; שטײט און זעט די ישועה פֿון ה׳ װאָס ער װעט אײַך הײַנט טאָן; װאָרום װי איר זעט הײַנט די מִצרַיִם, װעט איר זײ אױף אײביק מער װידער נישט אָנזען. 14ה׳ װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.
15און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: װאָס שרײַסטו צו מיר? רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן ציען. 16און דו הײב אױף דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און שפּאַלט ים, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן אַרײַן אין מיטן ים אױף טריקעניש. 17און איך, זע, איך מאַך פֿעסט דאָס האַרץ פֿון די מִצרַיִם, און זײ װעלן אַרײַן נאָך זײ; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער. 18און די מִצרַיִם װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך װער געערלעכט דורך פַּרעהן, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער.
19און דער מלאך פֿון האלֹקים װאָס איז געגאַנגען פֿאַר דער מחנה פֿון יִשׂרָאֵל, האָט אַװעקגעצױגן און איז געגאַנגען פֿון הינטער זײ; און דער װאָלקן-זײַל האָט אַװעקגעצױגן פֿון פֿאַר זײ, און האָט זיך געשטעלט הינטער זײ; 20און ער איז געקומען צװישן דער מחנה פֿון מִצרַיִם, און צװישן דער מחנה פֿון יִשׂרָאֵל; און דאָרטן איז געװען דער װאָלקן און די פֿינצטערניש (צו די מִצרַיִם) און דאָ האָט ער באַלוכטן (צו די יִשׂרָאֵל) די נאַכט; און אײנע האָט נישט גענענט צו דער אַנדערער די גאַנצע נאַכט. 21און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און ה׳ האָט געטריבן דעם ים מיט אַ שטאַרקן מזרח-װינט אַ גאַנצע נאַכט, און געמאַכט דעם ים פֿאַר אַ טריקעניש, און די װאַסערן האָבן זיך צעשפּאָלטן. 22און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש; און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. 23און די מִצרַיִם האָבן נאָכגעיאָגט, און אַלע פֿערד פֿון פַּרעהן, זײַנע רײַטװעגן, און זײַנע רײַטער, זײַנען אַרײַן נאָך זײ אין מיטן ים. 24און עס איז געװען אין דער פֿרימאָרגנװאַך, האָט ה׳ אַראָפּגעקוקט אױף דער מחנה פֿון מִצרַיִם מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער און װאָלקן, און ער האָט פֿאַרטומלט די מחנה פֿון מִצרַיִם. 25און ער האָט אָפּגעטאָן די רעדער פֿון זײערע רײַטװעגן, און זײ געמאַכט פֿאָרן מיט שװעריקײט, און די מִצרַיִם האָבן געזאָגט: לאָמיר אַנטלױפֿן פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרום ה׳ האַלט מלחמה פֿאַר זײ מיט מִצרַיִם.
26און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און זאָלן די װאַסערן זיך אומקערן אױף די מִצרַיִם, אױף זײערע רײַטװעגן, און אױף זײערע רײַטער. 27האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און דער ים האָט זיך אומגעקערט אַקעגן פֿרימאָרגן צו זײַן שטאַרקײט, און די מִצרַיִם זײַנען אים אָנגעלאָפן אַנטקעגן; און ה׳ האָט אַרײַנגעטרײסלט די מִצרַיִם אין מיטן ים. 28און די װאַסערן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן צוגעדעקט די רײַטװעגן, און די רײַטער – דעם גאַנצן חיל פֿון פַּרעהן, װאָס איז אַרײַן נאָך זײ אין ים; נישט געבליבן פֿון זײ צו מאָל אַן אײנציקער. 29און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. 30און ה׳ האָט אין יענעם טאָג געהאָלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און יִשׂרָאֵל האָט געזען די מִצרַיִם טױט אױפֿן ברעג פֿון ים. 31און יִשׂרָאֵל האָט געזען די גרױסע שטאַרקײט װאָס ה׳ האָט געטאָן אַקעגן מִצרַיִם, און דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געגלױבט#יְשַעְיָה 53‏.1#14‏.31 װאָס האָט אבֿרהם אבינו דען דערגרײכט לויטן פֿלײש? װאָרום אױב אבֿרהם איז גערעכטפערטיקט געװאָרן דורך מעשׂים (טובים), האָט ער עפעס, מיט װאָס זיך צו באַרימען, אָבער נישט פֿאַר ה׳. װײַל װאָס זאָגן די כתבי (הקודש)? אבֿרהם האָט געגלױבט ה׳ און דאָס איז אים פאררעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט. פֿאַר דעם אַרבעטער אָבער װערט דער לוין נישט פאררעכנט אַלס חֶסֶד נאָר אַלס אַ חובֿ. אָבער דעם, װאָס אַרבעט נישט, נאָר גלױבט אין אים, װאָס מאַכט גערעכט דעם רשע, װערט זײַן אמוּנה אים פאררעכנט צו גערעכטיקײט. אין ה׳, און אין זײַן קנעכט משהן.

Currently Selected:

שְמוֹת יד: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in