שְמוֹת יג
יג
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2הײליק צו מיר יעטװעדער בכוֹר#13.2 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד.; איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט#13.2 זען הערה תְּהִלִּים 58.4 צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו מיר.
3און משה האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק: געדענקט דעם דאָזיקן טאָג װאָס איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אײַך ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון דאַנען; דערום זאָל נישט געגעסן װערן חמץ. 4הײַנט גײט איר אַרױס, אין חוֹדש אָבֿיבֿ, 5איז, אַז ה׳ װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, דיר צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, זאָלסטו טאָן דעם דאָזיקן דינסט אין דעם דאָזיקן חוֹדש. 6זיבן טעג זאָלסטו עסן מַצות און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ יוֹם-טובֿ צו ה׳. 7מַצות זאָל געגעסן װערן אין די זיבן טעג, און עס זאָל נישט געזען װערן בײַ דיר חמץ, און עס זאָל נישט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג, אין דײַן גאַנצן גבֿול. 8און זאָלסט דערצײלן דײַן זון אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז פֿון װעגן דעם װאָס ה׳ האָט מיר געטאָן בײַ מײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. 9און עס זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ דערמאָנונג צװישן דײַנע אױגן, כּדי די תּורה פֿון ה׳ זאָל זײַן אין דײַן מױל; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט דיך ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם. 10און זאָלסט אָפּהיטן דאָס דאָזיקע געזעץ אין זײַן געשטעלטער צײַט, פֿון יאָר צו יאָר.
11און עס װעט זײַן, אַז ה׳ װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דיר און דײַנע עלטערן, און ער װעט עס דיר געבן, 12זאָלסטו אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט,#13.12 זען הערה תְּהִלִּים 58.4 צו ה׳; און איטלעך ערשטגעבאָרנס פֿון אַ בהמה װאָס דו װעסט האָבן, אױב זכָרים, זאָל געהערן צו ה׳. 13און יעטװעדער ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ לאַם,#יְשַעְיָה 53.7 און אױב דו װעסט נישט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. און יעטװעדער בכוֹר פֿון מענטשן צװישן דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן.
14און עס װעט זײַן, אַז דײַן זון װעט דיך פֿרעגן שפּעטער אַהין, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז דאָס? זאָלסטו זאָגן צו אים: מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 15און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט זיך אײַנגעשפּאַרט קעגן אונדז אַװעקלאָזן, האָט ה׳ געהרגעט יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ בכוֹר פֿון אַ מענטשן ביז אַ בכוֹר פֿון אַ בהמה; דערום בין איך מקריבֿ צו ה׳ איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, אױב זכָרים; און יעטװעדער בכוֹר פֿון מײַנע זין לײז איך אױס. 16און עס זאָל זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן דײַנע אױגן; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם.
בשַלַח
17און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק, האָט זײ אלֹקים נישט געפֿירט אױף דעם װעג פֿון דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, הגם ער איז געװען נאָנט; װאָרום אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק װעט נאָך חרטה האָבן, אַז זײ װעלן דערזען מלחמה, און זײ װעלן זיך אומקערן קײן מִצרַיִם. 18און אלֹקים האָט געפֿירט דאָס פֿאָלק אַרום, אױפֿן װעג פֿון מדבר בײַם ים-סוףֿ. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען באַװאָפֿנטע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
19און משה האָט מיטגענומען מיט זיך די בײנער פֿון יוֹספֿן; װאָרום באַשװערן האָט ער באַשװאָרן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען מיט אײַך.
20און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און האָבן גערוט אין אֵתָם בײַם עק מדבר. 21און ה׳ איז געגאַנגען זײ פֿאַרױס, בײַ טאָג אין אַ זײַל פֿון װאָלקן, זײ צו פֿירן אױפֿן װעג, און בײַ נאַכט אין אַ זײַל פֿון פֿײַער, זײ צו לײַכטן; כּדי צו קענען גײן בײַ טאָג און בײַ נאַכט. 22דער זײַל פֿון װאָלקן פֿלעגט זיך נישט אָפּטאָן בײַ טאָג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, פֿון פֿאַרן פֿאָלק.
Currently Selected:
שְמוֹת יג: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: