שְמוֹת יא
יא
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נאָך אײן פּלאָג {נֶגַע}#יְשַעְיָה 53.8 װעל איך ברענגען אױף פַּרעהן און אױף מִצרַיִם, דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן פֿון דאַנען; אַז ער לאָזט אײַך אַװעק, װעט ער אײַך טרײַבנדיק אין גאַנצן אַרױסטרײַבן פֿון דאַנען. 2רעד אַקאָרשט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, זײ זאָלן אַנטלײַען איטלעכער פֿון זײַן חבֿר, און איטלעכע פֿון איר חבֿרטע, זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן.
3און ה׳ האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם. אױך איז דער מאַן משה געװען זײער גרױס אין לאַנד מִצרַיִם, אין די אױגן פֿון פַּרעהס קנעכט, און אין די אױגן פֿון פֿאָלק.
4און משה האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַרום האַלבע נאַכט װעל איך אַרױסגײן צװישן מִצרַיִם; 5און עס װעט שטאַרבן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכוֹר פֿון פַּרעהן װאָס דאַרף זיצן אױף זײַן טראָן,#11.5 זען הערה זכַריָה 6.12; זען טראָן פֿון משיח: הערה זכַריָה 6.13 ביז דעם בכוֹר פֿון דער דינסט װאָס הינטער די מילשטײנער; אױך יעטװעדער בכוֹר פֿון אַ בהמה. 6און עס װעט װערן אַ גרױס געשרײ אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס אַזאַ איז נישט געװען, און אַזאַ װעט מער נישט זײַן. 7אָבער קעגן אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעט אַ הונט נישט שאַרפֿן זײַן צונג, סײַ קעגן אַ מענטשן, סײַ קעגן אַ בהמה; כּדי איר זאָלט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ צװישן מִצרַיִם און צװישן יִשׂרָאֵל. 8און אַלע די דאָזיקע קנעכט דײַנע װעלן אַראָפּנידערן צו מיר, און װעלן זיך בוקן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױס, דו מיט דײַן גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער דיר; און נאָך דעם װעל איך אַרױסגײן. – און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אין גרימצאָרן.
9און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעה װעט נישט צוהערן צו אײַך; כּדי צו מערן מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. 10און משה און אַהרן האָבן געטאָן אַלע די דאָזיקע װוּנדער פֿאַר פַּרעהן; אָבער ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט נישט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײַן לאַנד.
Currently Selected:
שְמוֹת יא: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh