YouVersion Logo
Search Icon

רוימער בריוו 5

5
קאפיטל פינף
1זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, 2דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳. 3און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות; 4און סבלנות צו דערפארונג, און די דערפארונג צו האפענונג; 5די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן.
6ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים. 7ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן. 8אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים. 9אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן. 10ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן; 11נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.
12דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט דורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט; 13ווארום ביז דער תורה איז די זינד שוין געווען אין דער וועלט, אבער עבירה ווערט נישט פאררעכנט, ווען עס איז נישטא קיין געזעץ. 14דאך האט דער טויט געקעניגט פון אדמען ביז משהן אויך אויף די, וואס האבן נישט געזינדיקט ענלעך צו דער עבירה פון אדם, וועלכער איז א פארבילד פון אים, וואס האט געזאלט קומען. 15אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע! 16און נישט אזוי ווי דורך דעם איינעם, וואס האט געזינדיקט, איז די מתנה; ווארום דאס משפט איז געקומען דורך איינעם צו פאראורטיילונג, אבער די מתנה איז צו גערעכטפערטיקונג פון א סך זינד. 17ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע המשיח.
18דעריבער, אזויווי דורך איין עבירה איז געקומען די פאראורטיילונג אויף אלע מענטשן, אזוי אויך דורך איין טאט פון צדקות, איז געקומען די גערעכטפערטיקונג פון לעבן צו אלע מענטשן. 19ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים. 20די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן, 21כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in