YouVersion Logo
Search Icon

די אנטפלעקונג 14

14
קאפיטל פערצן
1און איך האב געזען, און אָט דאס לעמעלע איז געשטאנען אויף דעם הר ציון, און מיט אים הונדערט פיר און פערציק טויזנט, וועלכע האבן געהאט זיין נאמען און זיין פאטערס נאמען אויפגעשריבן אויף זייערע שטערנס. 2און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס; 3און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד. 4די דאזיקע זענען עס, וואס האבן זיך נישט באפלעקט מיט קיין פרויען; ווארום זיי זענען (ווי) בתולות. די דאזיקע פאלגן נאך דאס לעמעלע, וואו עס גייט נאר. די דאזיקע זענען אויסגעקויפט געווארן פון צווישן די מענטשן, ווי ביכורים פאר ה׳ און פאר דעם לעמעלע; 5און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום. 6און איך האב געזען אן אנדערן מלאך פליען אינמיטן הימל, האבנדיק אן אייביקע בשורה טובה אנצוזאגן צו די, וועלכע וואוינען אויף דער ערד און צו יעדער אומה און שבט און לשון און פאלק. 7און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.
8און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות.
9און אן אנדערער מלאך, א דריטער, האט זיי נאכגעפאלגט, זאגנדיק מיט א הויך קול: אויב איינער בוקט זיך צו דער חיה און איר בילד, און נעמט אָן דעם סימן אויף זיין שטערן אדער אויף זיין האנט, 10וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע; 11און דער רויך פון זייער פייניקונג שטייגט ארויף לעלמי עולמים; און עס האבן נישט קיין מנוחה בייטאג און ביינאכט די, וועלכע בוקן זיך צו דער חיה און איר בילד, און ווער עס נעמט אָן דעם סימן פון איר נאמען. 12דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען.
13און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.
14און איך האב געזען, און אָט א ווייסער וואלקן, און אויף דעם וואלקן איז געזעסן איינער, ענלעך צום בר אנש, האבנדיק אויף זיין קאפ א גאלדענע קרוין, און אין דער האנט זיינער א שארף שניידמעסער. 15און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל, שרייענדיק מיט א הויך קול צו אים, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן: שיק דיין שניידמעסער, און שנייד; ווייל עס איז (שוין) געקומען די שעה צו שניידן, מחמת דער שניט פון דער ערד איז צייטיק געווארן. (יואל ד, יג.) 16און דער, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן, האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד; און די ערד איז געשניטן געווארן.
17און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל אין הימל, און אויך ער האט געהאט א שארף שניידמעסער. 18און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם מזבח, דער, וואס האט געהאט ממשלה איבער דעם פייער; און האט גערופן מיט א הויך קול צו דעם, וועלכער האט געהאט דאס שארפע שניידמעסער, אזוי צו זאגן: שיק דיין שארף שניידמעסער, און זאמל איין די הענגלעך וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד; ווייל זיינע טרויבן זענען (שוין) רייף. 19און דער מלאך האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד און האט געשניטן די וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד און זיי געווארפן אין דעם גרויסן וויינקעלטער פון ה׳ס צארן. 20און דער וויינקעלטער איז געטרעטן געווארן אויסער דער שטאט, און בלוט איז ארויסגעפלאסן פון דעם וויינקעלטער, ביז צו די ציימלעך פון די פערד, א שטח פון טויזנט זעקס הונדערט אקער פעלד.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in