YouVersion Logo
Search Icon

פיליפער 4

4
קאפיטל פיר
1דערפאר, ברידער מיינע געליבטע, נאך וועמען איך בענק (אזוי), מיין פרייד און מיין קרוין, שטייט אזוי פעסט אינם האר, געליבטע מיינע. 2איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר. 3יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.
4פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך. 5זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאענט. 6זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳. 7און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע.
8צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן. 9די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך.
10און איך האב מיך זייער געפריידט אינם האר, אז איר האט ווידעראמאל באלעבט אייער זארגן פאר מיר; איר האט מיך טאקע תמיד אין זינען געהאט, נאר עס האט אייך געפעלט א געלעגנהייט. 11נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב. 12איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט. 13איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך. 14דאך האט איר גוט געטאן דערמיט, וואס איר האט געהאט חברותאשאפט מיט מיר אין מיין ליידן. 15און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין; 16אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן. 17נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון. 18איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳. 19און מיין ג‑ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע. 20און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!
21גיט אפ שלום אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע. די ברידער, וואס זענען מיט מיר געבן אייך אפ שלום. 22אלע הייליקע געבן אייך אפ שלום, נאר גאנץ באזונדערס די פון קיסרס הויז.
23זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט. אמן.

Currently Selected:

פיליפער 4: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in