YouVersion Logo
Search Icon

יהודהס בריוו 1

1
1יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן: 2רחמים צו אייך און שלום און ליבע זאל זיך פיל פארמערן.
3געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים. 4ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 5איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע. 6און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג. 7ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער. 8און דאך זענען די דאזיקע בעלי חלומות אויף אזא אופן מטמא דאס פלייש, זענען מבזה ממשלות און לעסטערן מאיעסטעטן. 9און מיכאל דער שר המלאכים, ווען ער האט געהאט א סכסוך מיט דעם שׂטן און זיך געקריגט וועגן משהס גוף, האט זיך נישט אונטערגעשטעלט צו ברענגען אן אנקלאג פון לעסטערונג אויף אים, נאר האט געזאגט: זאל דער האר אנשרייען אויף דיר! 10די דאזיקע אבער לעסטערן דאס, וואס זיי ווייסן נישט; וואס אבער זיי פארשטייען פון דער טבע, ווי נארישע בהמות, אין דעם פארדארבן זיי זיך אליין. 11וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן! 12די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע; 13ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק. 14און אויף די דאזיקע האט אויך נבואות געזאגט חנוך, דער זיבעטער פון אדם, אזוי צו זאגן: זע, דער האר איז געקומען מיט זיינע צענער טויזנטער קדושים, 15צו טאן משפט קעגן אלעמען, און צו שטראפן אלע רשעים וועגן אלע זייערע מעשים פון רשעות, וואס זיי האבן רשעותדיק געטאן, און וועגן אלע הארטע זאכן, וועלכע ג‑טלאזע זינדער האבן גערעדט אנטקעגן אים. 16די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.
17איר אבער, געליבטע, געדענקט די ווערטער, וואס זענען פארויסגעזאגט געווארן פון די שליחים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח; 18ווייל זיי האבן אייך געזאגט: אין דער לעצטער צייט וועלן זיין אפשפעטער, וועלכע לעבן לויט זייערע רשעותדיקע תאוות. 19די דאזיקע זענען די, וועלכע זונדערן זיך אפ, בעלי גוף, וועלכע האבן נישט דעם גייסט. 20איר אבער, געליבטע, דערבויענדיק זיך אין אייער הייליקסטער אמונה, און תפילה טוענדיק אינם רוח הקודש, 21זאלט זיך אפהיטן אין ה׳ס ליבע, און האפן אויף דער בארעמהארציקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח צום אייביקן לעבן. 22און זייט רחמנותדיק אויף די יעניקע, וואס זענען מסופק; 23ראטעוועט זיי, און זייט זיי מציל פונם פייער; און ווידער איבער אנדערע זאלט איר זיך מרחם זיין מיט מורא; האסנדיק אפילו דאס קלייד באפלעקט פונם פלייש.
24און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד, 25דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in