בריוו צו די יידן 1
1
1נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים, 2האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן, 3וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן; 4ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי. 5ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:
דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן?
(תהלים ב, ז.)
און ווידער:
איך וועל זיין צו אים א פאטער,
און ער וועט זיין צו מיר א זון?
(שמואל ב ז, יד.)
6און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער:
און זאלן זיך צו אים בוקן
אלע מלאכים פון ה׳.
(תהלים צז, ז.)
7און בנוגע די מלאכים זאגט ער:
ער מאכט זיינע מלאכים ווינטן
און זיינע משרתים—א פלאם פייער;
(תהלים קד, ד.)
8אבער אין באצוג אויף דעם זון:
דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט,
און א סקעפטער פון יושר איז דער סקעפטער פון דיין קעניגרייך.
9דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות,
צוליב דעם האט דיך ג‑ט דיין ג‑ט
געזאלבט מיטן אייל פון פרייד איבער דיינע חברים.
(תהלים מה, ז, ח.)
10און
דו, האר, האסט אין אנהויב געגרונטפעסטיקט די ערד,
און די הימלען זענען די ווערק פון דיינע הענט;
11זיי וועלן פארלוירן ווערן, אבער דו בלייבסט;
און אלע וועלן אלט ווערן, ווי א קלייד,
12און ווי א מאנטל וועסטו זיי איינוויקלען
און זיי וועלן פארביטן ווערן,
אבער דו ביסט (אלעמאל) דער זעלביקער,
און דיינע יארן וועלן ער נישט אויפהערן.
(תהלים קב, כו-כח.)
13אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:
זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס?
(תהלים קי, א.)
14צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?
Currently Selected:
בריוו צו די יידן 1: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.