YouVersion Logo
Search Icon

גאלאטער 4

4
קאפיטל פיר
1איך זאג אבער, אז כל זמן דער יורש איז א קינד, אונטערשיידט ער זיך מיט גארנישט פון א קנעכט, הגם ער איז האר פון אלעם; 2נאר איז אונטער אפוטרופסים און פארוואלטערס, ביז צו דער צייט פארויסגעזעצט פון דעם פאטער. 3פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט; 4ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, 5כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, 6און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער! 7דערפאר ביסטו מער נישט קיין קנעכט, נאר א זון; און אויב א זון, (דאן) אויך א יורש דורך ה׳.
8נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער; 9איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט? 10טעג היט איר אפ און חדשים און זמנים און יארן. 11איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.
12איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט; 13נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה; 14און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע. 15און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן. 16בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת? 17זיי זענען אייפערדיק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפערדיק וועגן זיי. 18עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך. 19קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט, 20איך וואלט איצט געוואלט זיין ביי אייך, און ענדערן מיין קול; ווייל איך בין אין ספק וועגן אייך.
21זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)? 22ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי). 23נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה. 24די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר. 25און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער. 26אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער. 27ווארום עס שטייט געשריבן:
פריי דיך, דו עקרה, וועלכע האט נישט געבוירן,
ברעך אויס אין געזאנג, און שריי, אָ דו,
וועלכע האט נישט קיין געבורטסווייען;
ווייל פיל מער זענען די קינדער פון דער פארלאזטער,
ווי פון דער, וועלכע האט דעם מאן.
(ישעיהו נד, א.)
28איר אבער, ברידער, ווי יצחק, זענט קינדער פון דער הבטחה. 29נאר פונקט ווי דעמאלט האט דער געבוירענער לויטן פלייש גערודפט דעם (געבוירענעם) לויטן גייסט, אזוי אויך איצט. 30נאר וואס זאגט דער פסוק? טרייב ארויס די דינסטמויד מיט איר זון; ווארום דער זון פון דער דינסטמויד וועט נישט ירשענען מיט דעם זון פון דער פרייער (פרוי). (בראשית כא, י.) 31דעריבער, ברידער, זענען מיר נישט קינדער פון דער דינסטמויד, נאר פון דער פרייער (פרוי).

Currently Selected:

גאלאטער 4: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in