YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 23

23
קאפיטל דריי און צוואנציק
1און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג. 2אבער דער כהן גדול חנניה האט באפוילן די, וואס זענען דארט ביי אים געשטאנען, אים צו שלאגן אויפן מויל. 3האט פוילוס דעמאלט צו אים געזאגט: ה׳ וועט דיך שלאגן, דו ווייס געקאלכטע וואנט; און דו זיצט מיך צו משפטן לויט דער תורה, און באפעלסט מען זאל מיך שלאגן להיפך דער תורה? 4אבער די, וואס זענען דארט געשטאנען האבן געזאגט: דעם כהן גדול פון ה׳ זידלסטו? 5האט פוילוס געזאגט: ברידער, איך האב נישט געוואוסט, אז עס איז דער כהן גדול; ווארום עס שטייט געשריבן: א נשיא ביי דיין פאלק זאלסטו נישט פלוכן. (שמות כב, כז.) 6און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט! 7און ווען ער האט דאס געזאגט, איז געווארן א מחלוקה פון די פרושים מיט די צדוקים, און די מאסע האט זיך געשפאלטן. 8ווארום די צדוקים זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, נישט קיין מלאך, נישט קיין גייסט; די פרושים אבער זענען מודה אויף ביידע. 9און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט? 10און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.
11און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.
12און ווען עס איז געווארן טאג האבן די יידן געמאכט א פארשווערונג, און זיך געבונדן מיט א פייערלעכער שבועה, און געזאגט, אז זיי וועלן נישט עסן און נישט טרינקען ביז זיי וועלן נישט הרגענען פוילוסן. 13און עס זענען געווען מער ווי פערציק, וועלכע האבן געמאכט די דאזיקע שבועה. 14און זיי זענען געקומען צו די הויפט כהנים און צו די זקנים, און האבן געזאגט: מיט א פייערלעכער שבועה האבן מיר זיך געבונדן גארנישט טועם צו זיין, ביז מיר וועלן נישט טייטן פוילוסן. 15דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען. 16נאר פוילוסנס שוועסטערן‑זון האט געהערט פון דער לויערונג, און איז געקומען, און אריינגעגאנגען אין דער פעסטונג אריין, און האט עס דערציילט פוילוסן. 17און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן. 18און ער האט אים גענומען און אוועקגעפירט צום הויפטמאן, און געזאגט: דער ארעסטאנט פוילוס האט מיך גערופן און געבעטן, איך זאל ברענגען צו דיר דעם דאזיקן יונגנמאן, וועלכער האט עפעס צו דיר צו זאגן. 19און דער הויפטמאן האט אים גענומען ביי דער האנט, האט אים אוועקגעפירט אויף א זייט, און (אים) געפרעגט: וואס איז עס, וואס דו האסט מיר צו דערציילן? 20האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים. 21דו זאלסט דיך אבער נישט לאזן איבעררעדן פון זיי, ווארום מער ווי פערציק (מענטשן) פון זיי לאקערן אויף אים, און האבן זיך פייערלעך געשוואוירן, נישט צו עסן און נישט צו טרינקען, ביז זיי וועלן אים נישט האבן אומגעברענגט; און זענען איצט גרייט און ווארטן (בלויז) אויף דיין הבטחה. 22און דער הויפטמאן האט אוועקגעשיקט דעם יונגנמאן, אנזאגנדיק אים: זאלסט קיינעמען נישט אויסזאגן, אז דו האסט מיר דאס צו וויסן געטאן. 23און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט; 24און (ער האט באפוילן) זיי זאלן צוגרייטן בהמות, כדי ארויפצוזעצן פוילוסן און אים אוועקפירן אין זיכערהייט צו פעליקסן דעם גובערנאטאר. 25און האט געשריבן א בריוו, אויף דעם אופן:
26קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום. 27דער דאזיקער מאן איז געפאנגען געווארן פון די יידן, און זיי האבן אים געוואלט טייטן; (נאר) איך בין געקומען מיטן מיליטער און האב אים אפגעראטעוועט, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער. 28און וועלנדיק וויסן די סיבה, פארוואס זיי האבן אים אנגעקלאגט, האב איך אים אראפגעפירט צו זייער סנהדרין; 29און האב געפונען, אז ער ווערט אנגעקלאגט וועגן שאלות פון זייער תורה, און האט נישט קיין שום באשולדיקונג, אז ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן. 30ווי אבער עס איז מיר געוויזן געווארן, אז עס וועט זיין א פארשווערונג אויף דעם מאן, האב איך אים תיכף געשיקט צו דיר, באפעלנדיק אויך די באשולדיקער צו רעדן פאר דיר קעגן אים.
31די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס. 32און צומארגנס, לאזנדיק די רייטער גיין מיט אים, האבן זיי זיך אומגעקערט אין דער פעסטונג אריין; 33און זיי זענען אריינגעגאנגען קיין קיסריה און האבן איבערגעגעבן דעם בריוו צום גובערנאטאר, און אויך אוועקגעשטעלט פוילוסן פאר אים. 34און נאכן איבערלייענען, האט ער אים געפרעגט פון וועלכער פראווינץ ער איז; און אז ער האט געהערט, אז פון קיליקיען, 35האט ער געזאגט: איך וועל דיך אויסהערן, ווען די אנקלאגער דיינע וועלן אויך (אהער) קומען; און האט באפוילן, מען זאל אים באוואכן אין הורדוסנס פאלאץ.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in