די שליחים געשיכטע 2
2
קאפיטל צוויי
1און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט. 2און פלוצלונג איז געווארן א רעש פון הימל, ווי פון א גיכן און געוואלדיקן שטורמווינט, און האט אנגעפילט דאס גאנצע הויז, וואו זיי זענען געזעסן. 3און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי. 4און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
5און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל. 6און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון. 7און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל? 8און וויאזוי (איז עס, אז) מיר הערן יעדער איינער אין אונדזער אייגענער שפראך, אין וועלכער מיר זענען געבוירן געווארן? 9פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען, 10פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים, 11יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳. 12און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן? 13אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.
14אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער. 15ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג. 16נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל:
17און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳,
איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם);
און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן,
און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות,
און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,
18און אפילו אויף מיינע קנעכט און דינסטן
וועל איך אויסגיסן פון מיין גייסט אין יענע טעג,
און זיי וועלן נבואות זאגן.
19איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל
און אותות אונטן אויף דער ערד,
בלוט און פייער און א וואלקן רויך.
20די זון וועט פארקערט ווערן אין פינצטערניש
און די לבנה—אין בלוט,
איידער עס וועט קומען דער גרויסער
און מוראדיקער טאג פון דעם האר.
21און עס וועט געשען, אז יעדער איינער,
וואס וועט אנרופן דעם נאמען פון דעם האר,
וועט געראטעוועט ווערן.
(יואל ג, א-ה.)
22מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין, 23דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט; 24אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.
25ווארום דוד (המלך) זאגט אויף אים:
געזען האב איך דעם האר תמיד פאר מיר,
דען ער איז אויף מיין רעכטער האנט,
כדי איך זאל מיך נישט וואקלען.
26דערפאר האט מיין הארץ זיך משמח געווען
און מיין צונג האט זיך געפריידט,
און עס וועט נאך מיין לייב רוען אויף האפענונג;
27ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן
מיין נפש אין שאול (תחתית),
דו וועסט אויך נישט דערלאזן
דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.
28דו האסט מיר באקאנט געמאכט די וועגן פון לעבן,
דו וועסט מיך זאט מאכן מיט פרייד פאר דיין פנים.
(תהלים טז, ח-יא.)
29ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט דרייסטקייט וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג. 30זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.), 31פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג. 32דעם דאזיקן יהושע/ישוע האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות. 33דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט. 34ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט:
דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
35ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס.
(תהלים קי, א.)
36דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח. 37און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן? 38און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש. 39ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן. 40און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור. 41און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות. 42און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
43און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים. 44און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם; 45און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט. 46און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, 47לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.
Currently Selected:
די שליחים געשיכטע 2: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.