YouVersion Logo
Search Icon

די שליחים געשיכטע 14

14
קאפיטל פערצן
1און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון. 2די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער. 3דעריבער האבן זיי דארטן פארברענגט א לענגערע צייט, רעדנדיק מיט דרייסטקייט פון דעם האר, וועלכער האט מעיד געווען אויף דעם ווארט פון זיין חסד, געבנדיק, אז עס זאלן געשען אותות און מופתים דורך זייערע הענט. 4און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים. 5און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן, 6האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום; 7און האבן דארטן אנגעזאגט די גוטע בשורה.
8און אין ליסטרא פלעגט זיצן א מאן, וואס איז געווען שוואך אויף די פיס, לאם פון זיין מוטערס לייב, וועלכער איז קיינמאל נישט ארומגעגאנגען. 9דער דאזיקער האט זיך צו געהערט צו פוילוסן רעדן, וואס, ווען קוקנדיק אויף אים און זעענדיק, אז ער האט אמונה גענעזן צו ווערן, 10האט געזאגט מיט א הויך קול: שטעל דיך גלייך אויף דיינע פיס! און ער האט א שפרונג געטאן און איז ארומגעגאנגען. 11און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז. 12און האבן גערופן בר‑נבאן צעאוס (יופיטער) און פוילוסן הערמעס (מערקוריוס), ווייל ער איז געווען דער הויפט רעדנער. 13און דער פריסטער פון צעאוס, וועמעס (טעמפל) איז געווען אויסער דער שטאט, האט געברענגט צו פירן אקסן און גירלאנדן צו די טויערן, און געוואלט מקריב זיין מיט די מאסן. 14הערנדיק אבער דערפון, האבן די שליחים, פוילוס און בר‑נבא, צעריסן זייערע קליידער און זענען ארויסגעלאפן צווישן דעם המון מענטשן, שרייענדיק און זאגנדיק: 15מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי; 16וועלכער האט אין פארגאנגענע דורות געלאזט אלע פעלקער גיין אין זייערע אייגענע דרכים. 17און דאך האט ער זיך נישט איבערגעלאזט אָן אן עדות, מחמת ער האט געטאן גוטס, געבנדיק אייך רעגן פון הימל און פרוכטבארע צייטן, און אנגעפילט אייערע הערצער מיט שפייז און מיט שמחה. 18און דאס זאגנדיק, האבן זיי קוים איינגעהאלטן די מאסן מענטשן, נישט מקריב צו זיין צו זיי.
19עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט. 20ווען אבער די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום אים, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אריינגעגאנגען אין דער שטאט אריין; און אויף צומארגנס איז ער ארויס צוזאמען מיט בר‑נבאן קיין דערבע. 21און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען, 22שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳. 23און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט. 24און זענען דורכגעגאנגען פיסידיען, און זענען געקומען קיין פאמפיליען. 25און האבן גערעדט דאס ווארט אין פערגא, און זענען אראפ קיין אטאליא; 26און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט. 27און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה. 28און האבן פארברענגט נישט קיין קליינע צייט צוזאמען מיט די תלמידים.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in